עדיפוס
פֿון װיקיפּעדיע
עדיפוס איז א טראגעדישער פיגור אין די גריכישע מיטאלאגיע.
די מיטאלאגיע דערציילט אז עדיפוס איז געווען א קינד צו זיין טאטן לאיאס דער קעניג פון טעביי און צו זיין מאמע יאקאסטא. ווען עדיפוס איז געבוירן געווארן האט דער מגיד עתידות אראקעל פון דעלפי געזאגט נבואה אז עדיפוס וועט אין זיין עלטער מארדן זיין טאטע און ליגן מיט זיין מאמע. עדיפוס עלטערן האבן באשלאסן גערן צו איבערגעבן זייער קינד צו א פאסטאך זאל אראפווארפן דאס קינד פון א הויכע בארג. אבער דער פאסטאך מיט זיין דערבארעמדיקייט האט דאס נישט געטון, און האט איבערגעגעבן דאס קינד צו אן אנדער פאסטאך פון קארינאטוס. דער פאסטאך פון קארינאטוס האט איבערגעגעבן דאס קינד צו די אומפרוכפערדיקע קעניגן פון קארינאטוס.
ווען עדיפוס איז דערוואקסן געווארן האט ער באזוכט דער זעלבער צוקונפט-אנזאגער "אראקעל פון דעלפי" און איז דערוווסט געווארן פון די שרעקלעכע נבואה אז ער וועט אין צוקונפט הרג'ענען זיין טאטן און ליגן מיט זיין מאמע, דערפאר האט ער אנטלאפן געשווינד צו די שטאט טעביי (אומוויסנדיג אז זיינע אמת'ע עלטערן וווינען דארט). אויפן וועג צו טעביי האט ער זיך באגעגנט מיט א דראשקע וואס צוליב-וואס האט זיך אנטוויקלט א קריג צווישן אים מיט די דראשקע איינזיצערס, וואס ביים ענדע האט ער געהרג'עט זיין אומווויסנדיגער טאטע "לאיאס" וואס איז דארטן געוועזן.
ווען עדיפוס איז אנגעקומען ביים מויער פון טעביי האט ער באזיגט א שרעקלעכער ספינקס מאנסטער וואס האט זיך אימער פערזוימט ביים טויער פון טעביי און פערמיידט אלע איינוווינערס פון איר א דורך צו גיין. אלס דעם האט די שטאט טעביי באשטימט עדיפוס אלס זייער קעניג צו זיין אומוויסנדיגע מאמע יאקאסטא.
עדיפוס מיט זיין מאמע האבן געבוירן 4 קינדער: צוויי זין פאלינעקעס און עטעאקלעס, און צוויי טעכטער אנטיגאנא און איסמענא.
אין א צייט ארום האט זיך צעשפרייט א שרעקליכע עפידעמיע אין טעביי וואס דורך דעם איז געווויר געוארן פאר עדיפוס זיינע זינד אז ער האט געהרגעט זיין טאטן און געלעגן מיט זיין מאמע, גלייך דערנאך האט ער זיך אויסגעהאקט זיינע אויגן, און גוזר געווען אויף זיך גלות.
נאך דעם האבן זיינע קינדער "פאלינעקעס" מיט "עטעאקלעס" זיך צוקריגט, פאלינאקעס איז אנטלאפן קיין ארגאס און איינגע'הרייט מיט די טאכטער פון דער קעניג פון ארגאס. נאכער איז ער ארויס מלחמה קעגן די שטאט טעביי וואס ביי די קריג האבן די צוויי ברידער זיך געהרגעט איינער דעם צווייטן, און די שטאט טעביי האט געווונען די קריג.
קרעאן דער ברודער פון "יאקאסטא" איז ארויף אלס א הערשער פון טעביי, און האט באפעלט צו צוגרייטן א פרעכטיקע לוויה צו "עטעאקלעס", און דער קערפער פון "פאלינעקעס" דער פאררעטער ווארפן אין פעלד זאלן די הינט און די רויבפויגלען אים אויפרייסן.
פון די געשיכטע האט דער יידישער פסיכאלאגער זיגמונד פרויד ערפינדן די באגריף עדיפוס קאמפלעקס אויף דערוואקסענע וואס בלייבן אויפגעהאנגען צו זייער מאמע.