סאמאליע
פֿון װיקיפּעדיע
סאמאליע איז א רעפובליק אין מזרח אפריקע, אויף מזרח און דרום פון דעם אינדיאנער אקאען, אירע שכנים זענען קעניא, עטיאפיע, און דזשיבוטי. סאמאליע איז געווען אין א ציווילע קריג פון 91' ווען די צענטראלע רעגירונג איז אראפגעווארפן געווארן. דאס לאנד איז גרויס 246,200 סקווער מייל. די הויפטשטאט איז מאגאדישו. עס וואוינען דארט ארום 7 און א האלב מיליאן מענטשן רוב פון זיי סאמאליענס.
[בעאַרבעטן] לאנד, קלימאט, און נאטורליכע אוצרות
סאמאליע האט א לאנגע ברעג מיט דעם אינדיאנער אקאען פון ארום 1,880 מייל. דאס לאנד פארמאגט אסאך בערגיגע ראיאנען. דארט איז הייס, געווענליך 80 דעגרי (פארנהייט) און אויף די בערג ארום 30 דעגרי. אמאל קען דארט זיין אזוי הייס ווי 114 דעגרי. פון סעפטעמבער ביז דעצעמבער איז טרוקן און פון מערץ ביז מאי איז רעגנדיג. אזויווי אלע אפריקאנער לענדער פארמאגט סאמאליע ווילדע חיות און ווייניג געוויקסן. סאמאליע איז ארים פון נאטורליכע אוצרות. בכלל איז סאמאליע איינע פון די ארימסטע און שפעטסטע אויפגעארבעטע לענדער אין די וועלט.
[בעאַרבעטן] לעצטע היסטאריע
בעפאר די צווייטע וועלט קריג איז סאמאליע געווען אונטער דעם פאראייניגטן קעניגרייך אבער שוין מיט שוואכע קאנטראל זינט ענדע יארן פון 1800. נאך די קריג האבן ענגלאנד און איטאליע געהאט קאנטראל אויף טיילן פון סאמאליע. אין יאר 960' האט די יו-ען באשטעטיגט סאמאליע אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד אין אפריקא.
עס איז אויפגעשטעלט געווארן א קאנסטיטוציאנאלע רעגירונג וואס האט נישט אנגעהאלטן מער ווי עטליכע יאר ווען א גענעראל מיט'ן נאמען מוכאמעד סעיד בער האט אומגעברענגט דעם פרעזידענט און איבעגענומען די רעגירונג.
פון דעמאלסט און ווייטער האט זיך אנגעהויבן קריגערייען וואס איז געווארן ערגער פון יאר צו יאר ביז'ן יאר 91' ווען עס האט אויסגעבראכן א ציווילע קריג פון וועלכע איבער 50,000 זענען דער'הרג'עט געווארן און איבער 300,000 זענען געשטארבן פון הונגער, טראץ די פילע הילף וואס די יו-ען האט געשיקט.
די רעבעלן גרופע וואס האבן זיך גערופן "די קלענס" איז אנגעפירט געווארן דורך אן עקסטרעמיסט מיט'ן נאמען מוכאמעד פארא אידיד. אין 92' האט די יו-ען אנגעהויבן אריינברענגן אמעריקאנער כוחות געצילט אומצוברענגן אידיד. די מארינען האבן זיך אבער אין יאר 94' געמוזט ארויסציען נאכדעם וואס א גרופע מארינען זענען דורכגעפאלן א געוואגטע מיסיע אומצוברענגן אידיד. 30 מארינען זענען גע'הרג'עט געווארן און איבער 70 זענען פארוואונדעט געווארן נאכדעם וואס עס איז פאר די קלענס געלונגען אראפצושיסן צוויי בלעק האק העליקאפטערס. ארום 1000 סאמאליענס זענען גע'הרג'עט געווארן אין יענע אפעראציע.
אידי איז א יאר שפעטער דערשאסן געווארן אין א ציווילע קריג. זיין זון איז געקרוינט געווארן אלס פירער אויף זיין פלאץ. די שלאכטן. מיט עטליכע שטילשטאנדן אינדערמיט, האבן זיך ענדליך אפגעשטעלט אין יאר 00' ווען סאמאליע איז געקומען צו א קאנפערענץ אין די דערנעבענדיגע לאנד דידזשיבוטי וואו די קלענס זענען נאך עטליכע מאנאטן איינגעגאנגן צו גרינדן א צענטראלע רעגירונג. אין אקטאבער 00' האט די קאנפערענץ ערוועלט אבדיגזים סאלאד האסאן אלס פרעזידענט פון סאמאליע. די נייע רעגירונג האט געהאט גאר א שווערע מערכה ביז זי האט געקענט באקומען קאנטראל איבער דאס גאנצע לאנד.
אין ענדע 2006 האבן איסלאמישע רעבעלן פרובירט איבערנעמען די רעגירונג און האבן געמאכט פארשריט אין אסאך שטעט. די גרופע איז אבער צוריק געטריבן געווארן דורך די עטאפיען מיליטער וועלכע האט באקומען שטיצע פון אמעריקע.
אמעריקע באשולדיגט היינט סאמאליע מיט'ן שטיצן די אל קיאדא טעראריסטן וועלכע האבן דארט א היבשע פאר צעלן. אין יאנואר 2007 האבן אמעריקאנער קאמפ'ס פליגער עטליכע מאל באמבאדירט צילן אין סאמאליע אין א מיסיע וועלכע האט געזאלט אומברענגן פארדעכטיגטע אל קאדיא טעראריסטן. עס איז נישט קלאר אויב די מיסיעס זענען געווען א דערפאלג.
לענדער אין דער אַראַבישער ליגע |
---|
איראק - אלזשיר - אָמאן - באכריין - דזשיבוטי - טוניסיע - ירדן - לבֿנון - ליביע - מאורעטאניע - מאראקא - מצרים - סאודי אראביע - סאמאליע - סודאן - סיריע - פאראייניקטע אראבישע עמיראטע - פאלעסטינע (פל"א) - קאטאר - קאמארע - קווייט - תימן |