רעדן:אהרן טייטלבוים
פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] לעצטע ווערסיע פארן אפמעקן און פארשפארן
ר' אהרן טייטלבוים שליט"א (געבוירן ה'תש"ח) איז איינע פון די סאטמארער רבי'ס. ער וואוינט אין דעם סאטמארער שטעטל, קרית יואל, ניו יארק. ער איז דער עלטסטער זון פון ר' משה טייטלבוים, דער לעצטער סאטמארער רבי, פֿון וויליאמסבורג, ברוקלין, וואס איז א ברודער-קינד פון דעם ערשטן סאטמארער רבי, ר' יואל טייטלבוים, וואס האט געגרינדעט דאס שטעטל קרית יואל און דאס שטאט מאנרא, ניו יארק.
ער איז אן איידעם ביי ר' משה יושע האגער, דער וויזשניצער רבי אין בני ברק.
[בעאַרבעטן] פערזענליכקייט
ר' אהרן איז שטארקער רבי מיט א שטארקע מיינונג, עס פלעגט ארום גיין צווישן סאטמארער חסידים א זאץ פון ר' אהרן, וואס טוט אראפמאלן זיין כאראקטער, "דא בין איך רב: אזוי וויל איך און אזוי וועט זיין". די לעצטערע יארן האט ר' אהרן א ביסל נאכגעלאזט פון זיין שטייפער כאראקאטער. קעגנערס זאגן אז דער טויש נעמט זיך פון דעם וואס זיין זיכערהייט אז ער גייט ווערן דער איינציגסטער סאטמארער רבי איז צושטערט געווארן, וואס דאס האט צוקלאפט זיין שטאלץ; זיינע חסידים, פון דער אנדערער זייט, זאגן אבער אז דאס נאכלאזן פון זיין אומבויגזאמען מהלך קומט ליבערשט דערפון וואס ר' אהרן שפירט אז דאס אויסשליסליכע אחריות פאר סאטמאר איז פון אים אוועקגעקומען.
זיינע חסידים ארגומעטירן אז זיין שטייפער כאראקטער איז א תורה'דיגע מעלה, ווייל ער האט דורכאויס די יארן זיך געדארפֿט ספראווען מיט עלעמענטן וואס האבן געזוכט צו אונטערברעכן סאטמאר און זיין טאטן, ר' משה. דעריבער האט ער אלס קנאות און ע"פ הלכה זיך אנגענומען פאר דעם כבוד פון זיין טאטן און זיין עלטער-פעטער ר' יואל.
[בעאַרבעטן] זיין רעדן סטיל
זיינע דרשות זענען בעיקר איבער תורה מיט בליציגע שארפע חידושים און נישט דוקא אקטועלע ענינים בדברים העומדים על הפרק, ווערט אבער ר' אהרן אידענטיפיצירט דורך זיינע קריטיקירער פון די פילע דרשות וואס ער האט במשך זיין לעבן שוין געהאלטען איבער קאנטראווערסיאלע ענינים און די וועג ווי אזוי ער האט זיך אויסגעדרוקט, טייל בענין פאליטיק, וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט זייער שארף. דאס ווערט דורך זיינע קעגנער גענוצט ווי א פייל קעגן אים, אז ער איז נישט ראוי צו זיין א רבי.
זיינע חסידים פארטיידיגן אבער אלע דרשות אז עס האבן זיך אויסגעפעלט לצורך השעה און לצורך הענין, און אלעס איז נאר געווען לכבוד דעם טאטן ובשליחותו אים צו פארטיידיקן און נישט ח"ו זיך אליין.
[בעאַרבעטן] זיין פרומקייט
ער איז א שטארק-פרומער אין פערזענליכן לעבן, [פֿעלט אַ מקור] ווי למשל ער גייט נישט קיין ברילן אין שבת ווי דער מנחת אלעזר.[פֿעלט אַ מקור]
ער ווערט קריטיקירט אלץ מער פאליטיש נאכגעבעדיג אין פֿרומקייטן, אין פֿארגלייך צו אסאך סאטמארער, וואס ווערט פֿארעכנט פֿון די פֿרומסטע געמיינדעס אין דער פֿרומער וועלט.[פֿעלט אַ מקור]
[בעאַרבעטן] רדפות
ער איז שטארק גערודפט געווארן אלע יארן און סאטמער צוליב זיין שווער, דער וויזניצער רבי פון בני ברק, וואס נעמט אן א מער גרינגערע שטעלונג בנוגע מדינת ישראל און ציוניזם (כאטשיג ער טוט עס נישט אנערקענען), ער נעמט געלט פון די רעגירונג, נעמט אנטייל אין די בחירות, ער שיקט זיינע חסידים צו שטימען און זיך אנשליסן אין דער פֿירערשאפט ביינאזאם מיט אנדערע פרומע חסידות'ן צו זיין א חלק פון די אגודת ישראל אפטיילונג פון די יהדות התורה פארטיי.
בנוסף, איז ר' אהרן'ס ווייב, סאשע טייטלבוים, מחונך געווארן אין בית יעקב שולע אין בני ברק, וואס פירט זיך טאקע לויט חסידישע מנהגים, אבער לערנט אויך אין עברית (אין ארץ ישראל, זייערע אסאך בית יעקב קלאס'ן לערנט מען בלויז אין עברית). די אלע אויוונדערמאנטע זאכן ברענגט צו א שטארקע חשד אין ר' אהרן פאזיציע איבער ציוניזם אין די אויגן פון א טייל סאטמארע וואס האלטן זיך פרומער. נאך די פטירה פון ר' משה טייטלבוים, א באריכטער פון די זאלונישע צייטונג, דער איד, האט קאמענטירט צו די דשערוזעלעם פאוסט אז "ר' אהרן איז נישט ראוי צו זיין דער קומענדיגער סאטמארע רבי ווייל ער האט געבראכן די סאטמארע תקנה קעגן רעדן עברית אינדערהיים... נאכן הסתלקות פון אונזער רבין וועלן מיר ווייטער פלאטערן די אנטי-ציוניזם פאן. דאס איז איינע פון אונזערע עיקר צילן".
אין די גיין אין קארט פון זיינע חסידים
און זיך באנוצען מיט אינטערנעט פון זיינע חסידים.
און די שרייען אויף אידן און עלטערע רבנים וואס האלטן אנדערשט ווי אים מיט פערזענליכע באליידונגען.
זיינע חסידים, פון דער אנדערער זייט, צייגן אן אז זייט ה'תש"מ, ווען זיין טאטע איז אויפגענומען געווארן צו ממלא מקום זיין ר' יואל טייטלבוים, איז ר' אהרן געווארן דער מערסטער פראמינענסטער קול קעגן ציוניזם, סײַ ביי אינערליכע אסיפות און סײַ ביי דעמאנסטראציעס קעגן דער מדינה אין ניו יארק און וואשינגטאן. זיין באקאנטע אנטי-ציוניזם דרשה אנטהאלט א דרשה וואס ער האט געהאלטן אין בני ברק זומער ה'תשנ"ד, אין וועלכער ער האט ספעציפיש אויסגעברענגט די סאטמארער שיטה קעגן רעדן עברית. זיין טאטע האט אויך זיך געהאלטן ביי דעם אז די קשר מיט ר' אהרן'ס משפחה מיט אגודת ישראל וועט נישט אפשוואכן זיין אנטי-ציוניזם פאזיציע.- ממילא איז ער לויט זיי יא פרום.
אבער אפילו די מלחמה מיט ציונות ווייזן זיינע קריטיקירער אן ווי ביליג און פראסט ער האט דאס געמאכט ווייל ווען ר' יואל טייטלבוים האט געפירט די מלחמה האט יעדער פארשטאנען אז דא רעדט א קדוש און מלאך און מען האט אים ליעב געהאט אפילו מען איז געווען אין די מזרחי קרייזן ווער רעדט נאך פון די אגודה קרייזן, אבער ער האט געטוישט די גאנצע שיטה און דאס געמאכט פאר א בעיסבאל טיעם ווען ער האט פערזענליך מבזה געווען דעם ערלויער רבי, דערמיט מאכן פון דעם שיטה הקדושה א שפאס און פרייע קאמף.
[בעאַרבעטן] זיינע קאנטראווערסיאלע קאמפן
במשך ווען ער איז געווען רב אין קרית יואל האט ער געהאט אויסצושטיין פארשידענע קענגערשאפט אזוי אסאך רבנים.
[בעאַרבעטן] זיין רבנות אין קרית יואל
אין ווינטער תשמ"ה איז ר' אהרן אויפֿגענומען געווארן אלס רב אין קרית יואל אויפֿן דירעקטן באפֿעל פון זיין טאטן, ר' משה. טייל אנאליסטן האלטן אז דער אורזאך פון זיין טאטן אריין צו שטעלן ר' אהרן אין קרית יואל איז געווען צו פֿארשטערקערן זיין מאכט אין דעם שטעטל וואס איז געווען אנגעוואוירן צוליב די וואקסענעדע התנגדות קעגן אים, בעיקר די עלעמענטן וואס זענען געווען אין מאכט אין די צייטן פֿון ר' יואל טייטלבוים, און האבן דאס פֿארלוירן נאכן הסתלקות פֿון ר' יואל. אט די קעגענערס האט מען אנגערופֿן רביצין מענטשן, צוליב דעם וואס זיי האבן זיך ארומגרופירט ארום דער רביצין פון ר' יואל, מרת אלטא פֿייגא טייטלבוים, (טייל האבן אפי' געהאלטן אז די רביצין זעלבסט איז געווען קעגן ר' משה טייטלבוים, דאס איז אבער נישט קלאר).
די זאליס ארגומענטירן אז באותו זמן וואס ער איז אויפֿגענומען געווארן אלס רב, זענען א גרויסע מערהייט איינוואוינערס פֿון דעם שטעטל געווען קעגן זײַן התמנות. אבער דאס איז א זאך וואס קען נישט קלאר אויפֿגעוויזן ווערן צוליב וואס עס דעמאלטס נישט געווען קיין דירעקטע וואלן. אויך האלטן זיי אז די סאציאלע באנעמונג פֿון ר' אהרן איז זייער אוממענטשליך, שלעכט און גרויסהאלטעריש.
די שטיצער פֿון ר' אהרן - וואס זענען אין אלגעמיין אויך געווען די שטארקע לויאלע חסידים פון ר' משה - ארגומענטירן אז די אורזאך פֿון ר' משה צו שטעלן זיין זון אלס רב אין קרית יואל, איז צוליב די כשרונות פון ר' אהרן האלטנעדיג אז ער איז א טאלאנטפֿולער שטייפֿער מנהיג, זייער א פֿרומער, און א גרויסער מתמיד און תלמיד חכם. די אלע מעלות קוואליפֿיצירן אים צו זיין רב אין קרית יואל. דורכאויס די יארן פֿלעגט אלס ר' משה ארויסווייזן זייער א גרויסע שעצונג צו זיין זוהן ר' אהרן.
אסאך בלוט האט זיך פארגאסן אויף דעם קאמף און אידיש געלט הייזער און נכסים פארברענט.
פון די טאג וואס ר' אהרן איז געווארן רב אין קרית יואל, האט זיך צוביסלעך אנגעהויבן צו בויען אן אפעזיציע אין קרית יואל, קעגן איהם און קעגן זיין טאטע. עס זענען געווען קליינע אינצידענטן ווי די קעגענערס האבן פרובירט צו דערנידערן ר' אהרן, ווי למשל, אין איין פאל האבן מען אין א געוויסן פארטאגס אינטערגעצינדן זיין צימער ווי ער לערנט, ר' אהרן האט דעמאלטס געזאגט אז דאס האט זייער צובראכן זיין מוט, ווייל עס איז פארניכטעט געווארן פילע חידושי תורה וואס ער האט געשריבן פון זיין יוגנט.
אדר תשמ"ט האט דער סאטמאר רבי, ר' משה טייטלבוים, געהאלטן א דרשה ברבים ווי ער האט זייער שארפט פארדאמט די קעגענערס פון קרית יואל, דער הויכפונקט פון די דרשה איז געווען אז ער באפעלט פאר אלע זיינע חסידים אז ווען אימער מען זעהט איינע פון קעגנערס אין איינע פון די אנשטאלטן פון די קהלה אין קרית יואל, זאל מען שרייען אויף איהם שייגץ ארויס, מיינענדיג אז מען זאל זיי ארויסווארפן מיט כח. די דרשה ווערט אנגערופן עד היום די שייגץ ארויס דרשה. בערך אין יענע תקופה האבן די קעגנער עמטליך געגרינדעט זייער אייגענע אפעזיציע מוסדות אין קהלה אין קרית יואל, מיטן נאמען בני יואל. איינע פון די פראמינינטע פיגורן פון די אפעזיציע איז יוסף וואלדמאן. זינט דעמאלטס פלעגן רעגלמעסיג פארקומען געוואלדאטן און פיזישע אנגריפן צווישן די קעגענערס און חסידים פון די רבי און ר' אהרן.
די דיסיאידענטן און אפאזיציע'נערן האבן זיך געזעהן אלס קליין אומבאהלפן קרייז פון אידן וואס ווערן גערודפט דורך אהרן מיט זיינע חסידים. זעה יוסף וואלדמאן וואס ער איז געווען דער הויפט עסקן קעגן די ארונים טעראר.
- (זעה הויפט ארטיקל בני יואל.)
[בעאַרבעטן] זיין קאמף קעגן די קנאים
ווען בשעתו האט קאשוי רב געשטורעמט פארוואס די פאליטישעןס פון די קרית יואל וויליזש טוען אינדארסירן ליבעראלע גוים קעגן די מער קאנסערוועטיווע קעגנער. האט ער גערעדט אין א דרשה זייער חוצפהדיג אז קאשוי רב האט פארדארבן די איגענט פון שטעטל מיטן ארויפברענגן די אישוס אין די פאסט קעסטלעך פון יראים ושלמים אז מען זאל נישט חלילה נכשל ווערן פון שטימען פאר פאליטישענס וואס פארשפרייטן זימה מיט זייער פרא-געי אגענדע און רציחה מיט זייער פרא-אבארשען אגענדע, אויף אונזער ציוויליזאציע און לאנד.
[בעאַרבעטן] זיין מחלוקה מיט עלטערע רבנים בעת'ן סקול דיסטריקט פרשה
בערך אין יאר תשנ"ג איז אנשטאנען אן אנטוויקלונג אין קרית יואל, וואס פארנעמט א פראמינענטער ארט אין די היסטאריע פון ר' אהרן'ס רבנות אין קרית יואל. נעמליך די פרשה פון די "קרית יואל סקול דיסטריקט", אדער "שערי חמלה". די קרית יואל סקול דיסטריקט איז א רעגירונג געשטיצטע שולע אין קרית יואל פאר גייסטישע אדער פיזישע אינוואלידע קינדער וואס סערווירט לויטער פרומע אידן. די אמעריקאנער קאנסטיטוציע פארלאנגט אז די רעגירונג האט נישט קיין רעכט צו שטיצן קיין שום רעליגיע, עס רופט זיך די סעפעראטאציע פון קירכע און שטאַט, דעריבער האט דער געזעץ פארלאנגט אז אין אט די שולע טאר מען נישט לערנען קיין שום רעליגיעזע לימודים און עס טאר נישט אנהאלטן קיין שום רעליגיעזע שילדן אדער סימבאלן. דאס האט אויסגערופן א גרויסע קעגנערשאפט מצד מערערע רבנים פון די סאטמארע אדער קנאותדיגע טיפ, אז אזא שולע איז קעגן די תורה און די הלכה אין מ'טאר עס נישט ווייטער אנהאלטן, ווייל עס איז קעגן די אמונה פון ג-ט.
די פראמינענטע רבנים קעגנערס פון די סקול דיסטריקט וואס זענענן געווארן באלעסטיקט און באשמוצט דורך אהרן מיט גרויס חוזפה און עזות זענען געווען הויפטזעכליך ר' רפאל בלום ז"ל קאשוי רב, ר' מרדכי האגער וויזניצער רבי פון מאנסי ניו יארק, און ר' יחזקאל ראטה דער קארלעסבורגער רב .
ר' אברהם לייטנער וואס האט נישט געליטן דירעקט פון אים נאר פון זיין פאטער, פלעגט זיין זייער סימפאטיש צו אים, ווייל ער האט אים געהאלטן פאר א גרויסע תלמי חכם, אבער ביי די פרשה האט ער געזאגט אז מען ברויך אים באקמעפן זיין רבנות בלויז צוליב דעם וואס ער איז גרויסהאלטעריש און פארדארבן אין מידות צוליב דעם וואס ער גרייפט אן עלטערע רבנים פערזעהליך מיט פארשעמונגען און העצעריין פון שלאגן און לאזונגען וואס פאסט נישט פאר א גוי ווען ער האלט אנדערשט ווי יענעם רב. אבער די ארונים טענה'נען אז די קאמף פון ר' אברהם האט נישט געמיינט אהרן נאר זיין טאטע, וואס ער האט שוין געפירט מיט אים איידער די סקול דיסטריקט פרשה און פאר ר' אברהם איז דאס געווען א גוטער מיטל צו קעמפן קעגן די טאטע.
ווען די קרית יואל סקול דיסטריקט שטרייט האט זיך געקאכט, האט ר' אהרן געהאלטן פארשידענע רעדעס צו ערקלערן די הלכה'דיגע אויסגעהאלטנקייט פון דעם סקול דיסטריקט. אין די דאזיגע רעדעס האט ר' אהרן פערזענליך אטאקירט די אלע רבנים מיט זייער שארפע אויסדריקן. איינע פון די היסטארישע רעדעס איז געווען ווען ער האט זיך אויסגעדריקט אויף ר' רפאל בלום מיט די ווערטער "עפרא לפומיה" (וואס מיינט: דאס מויל זאל יענעם אנגעפילט ווערן מיט זאמד). דאס איז אן עקסטרעמע שארפע אויסדרוק וואס מען זאגט געווענליך נאר אויף גרויסע זינדיגערס. אויך האט ער אנגערופן זיין פעטער ר' מאטעלע וויזניצער די פעטער די פראפעשענעל בעל מוחאה. די שארפע אטאקעס האבן אים פארפיינטעט אין די אויגן פון די חסידים פון די אטאקירטע רבנים, און אויך פילע סאטמארע חסידים האבן דעמאלטס געהאלטן אז דאס איז א באווייז אז ר' אהרן אין נישט ראוי צו זיין א פירער, ווייל ער רעדט אזוי חוצפה'דיג אויף עלטערע, רעספעקטירטע רבנים.
פון דער אנדערער זייט האבן די חסידים פון ר' אהרן און ר' משה געהאלטן אז ר' אהרן נעמט זיך אן פארן כבוד פון זיין טאטע, אין וועמענס כבוד די רבנים גרינגשעצן, וויבאלד זיי קימערן זיך נישט צו אנפרעגן זיין טאטע אדער ר' אהרן איבער די אויסגעהאלטנקייט פון די סקול דיסטריקט, וואס ר' משה געהאלטן אז עס איז א מצוה און א פליכט צו אנהאלטן און שטיצן, אויף אזוי ווייט אז ער ר' משה האט געזאגט ביי א געוויסע רעדע אז די סקול דיסטריקט וועט זיין א זכות פאר איהם אויף יענע וועלט ווייל ער העלפט אינוואלידע אידישע קינדער.
זינט דעמאלטס האט זיך פארמירט אין קרית יואל בפרט, און אין סאטמאר בכלל, צוויי שטארקע קעגן זייטיגע פראקציעס, איינס, די חסידים פון ר' אהרן און די אנדערע די שונאים. ביי ביידע צדדים זענען דא מענטשן וואס האלטן פון ר' אהרן פערזענליך גענצליך פארקערטע עקסטרעמע מיינונגען. צווישן די חסידים זענען דא א סך וואס האלטן אז ער איז א גרויסער צדיק, א הייליגער איד - גרעסער ווי זיין טאטן און ענליך צו זיין עלטער פעטער, ר' יואל טייטלבוים. ווידער פון זיינע מתנגדים זענען דא וואס האלטן אז ער איז א גרויסער זינדיגער אזוי ווי שבתי צבי און איז א געפאר פאר אידישקייט ווייל ער פירט אראפ אידן פון דעם פרומען וועג.
אין יענע צייטן האט די וועלט אויך אויפגערודערט מיטן שרעקליכען בזיון פון ר' יחזקאל ראטה וואס האט באזוכט מאנרוי און איז געווארן אנגעגרייפט דורך די בחורים פון ר' אהרן'ס ישיבה מיט שטיינער און אייער און איז קוים קוים ארויסגעראטעוועט געווארן מיטן לעבן מיט א פארמאכטן ווען. זינט דעמאלטס האט ר' אהרן אים נאכקיינמאל איבערגעבעטן אבער דער פוסק הדור האסט נאך מער די בני יואל פרומע טיפן שטעלט ער זיך צו צו ר' אהרן וויפל שייך מיט זיין איצטיגער מלחמה קעגן זיין ברודער.
אין אמת'ן מוז אנגעמערקט ווערן אז ר' אהרן האט איבערבעטן קאשוי רב אבער קאשוי רב האט אים מוחל זיין אויף די פערזעהנליכע באליידינגונגען ווייל ער האט גענטפערט אז ער האט זיך ווייניג צוקראצט פון זיינע טשעפערייען דער עיקר איז די כפירה וואס ווילאנג ער פארמאכט נישט די סקול דיסטריקט קען ער אים נישט מוחל זיין. זיין פעטער ר' מאטעלע האט ער קיינמאל נישט איבערגעבעטן פארן אים אנרופן דער פראפשענעל בעל מוחאה אבער יענער איז דאך געגאנגען צו זיינע שמחות אלסן כבוד פון זיין ברודער ר' אהרןס שווער, ביז די קארט קעיסעס וואס די ארונים האבן נישט געוואלט ארויסגיין פון קארט האט ער אויך צוריק אפגעשניטן מיט אהרן.
[בעאַרבעטן] די אדמור"ת מלחמה קעגן זיין ברודער
(זעה הויפט ארטיקל סאטמאר מחלוקת)
ניסן תשנ"ט האט אויסגעבראכן מחלוקות אין סאטמאר, ווער עס זאל זיין דער ממשיך דרכו פונעם סאטמארער רבי דער בעל בירך משה. און יענע צייט איז דער ברך משה'ס געזונט צושטאנד האט אנגעהויבן צו נאכלאזן, סיי פיזיש און סיי גייסטיש, אטאמאטיש האט ר' אהרן אומאפציעל אנגעהויבן צוביסלעך צו איבערנעמען די לייצעס פון סאטמאר, און אלע שונאים פון ר' אהרן האבן שוין שלום געמאכט מיטן מצב אז ר' אהרן גייט זיין דער אויסשליסלכער פירער פון סאטמאר.
אבער ויהי היום איין שיינעם חול המועד האט מען זיך דערוויסט אז דער ברך משה וויל אנדערשט, ווארשיינליך איז אריבערגעשפרינגען א שווארצע קאץ צווישן ר' אהרן און דער רבי'ס הויפט גבאי משה פריעדמאן, און אלעס האט זיך דראמאטיש געטוישט, דער גבאי האט אפגעמאכט אז ער גייט נישט דערלאזן אז ר' אהרן זאל מאנאפעלירן סאטמאר, ער וועט דאס שטערן אויף אלע קאסטן, ער האט אנגעדרייט/איבערצייגט (געוואנדן וועלכער צד) דעם רבי'ן אז מ'דארף אויפנעמען דען אינגערן זוהן ר' זלמן לייב פאר רב אין וויליאמסבורג, און וכך הוה, ר' זלמן לייב האט איבערגענומען וויליאמסבורג, אלע בתי מדרשים, מוסדות, קעמפס, מקוה, מצה בעקעריי, אלעס איז ארויסגעפאלן פון ר' אהרן'ס קאנטראל.
די בני יואל מיט אלע שונאים למיניהם האבן דאס באטראכט ווי א נס מן השמים, און זענען געשפרינגן אויף די גאסן פאר שמחה, ממש ווי משיח איז דא. ווידער ר' אהרן מיט אלע וואס האבן אלס געבלוטיגט פארן שלימות און שטאלץ פון סאטמאר וואס זענען בעיקר אויך געווען דעם ברך משה חסידים, זענען אויפגעשוידערט געווארן, ממש אבל וחפוי ראש.
זיין ערשטע טריט איז געווען מלחמה ער האט צאמגענומען א גרופע פון זיינע ארונים און ערקלערט פלניא גזלנא אז זיין ברודער זלמן האט אים באגאנוועט.
דערנאך האט ער אנגעהויבן צו העצן זיינע תמימותדיגע חסידים אז זיין טאטע איז קראנק און וועפט און כסדר זיך געמאכט וויינען אז מען זאל זאגן תהלים נאך אים. ווידער רבי זלמן לייב האט נישט געלאזט זאגן תהלים אפי' דעם לעצטן טאג ווען דער ברך משה האט שוין גע'גוסס'ט ווייל עס האט געלייגט זיין רבנות אין א פראגע צייכן.
אלע פרואווען מצד די אהרונים צו צוריקנעמען קאנטראל פון וויליאמסבורג איז געווען אומפרוכטבאר, קודם ביי דין תורה האבן די זאליס נאר געוואלט גיין צו זייערע דיינים וואס זענען זאלוניש געשטימט, נאכדעם אין קאורט האט מען זיי באוואשן ווי א סוטה אז זיי זענען שקצים פארן גיין און ערכאות, און זיי האבן אלעמאל פארלוירן.
עס האט אויסגעקוקט ווי ר' אהרן איז קאפוט, למעשה האבן צוויי הויפט זאכן איהם אפגעראטעוועט פון קאמפלעט אונטערגאנג, איינס, אז זיינע חסידים האבן זיך אריענטירט און פארזיכערט צו אנהאלטן און פארשטערקערן די מאכט און די אנדערע גרויסע צענטערן פון סאטמאר בעיקר און קרית יואל און בארא פארק, צווייטנס איז די גרויסע צאל פערזענליכע חסידים וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט איהם, אפילו ר' זלמן לייב פירט אלעס און אין וויליאמסבורג זענען זיינע חסידים בלויז בני יואל טיפ מענטשן וואס שטיצן איהם בלויז צו שטעכן ר' אהרן.
זייט די אהרונים האבן געהאט זייער לעצטער טויט קלאפ אין קארט תמוז תשס"ו האבן זיי אנגעהויבן מיט א שנעלען אומפעט צו עפענען אייגענע מוסדות און בתי מדרשים אין וויליאמסבורג, זיי האבן געעפנט אויפאיינמאל חדר און סקול'ס פאר אלע יארגאנגען, איינגעשאפט בנינים רעכטס אויף לינקס, געבויט א גרויסן שוהל אין צוויי וואכן.
[בעאַרבעטן] די גיורת פרשה
א אינגערמאן איז ל"ע אפגעפארן און ארויס לתרבות רעות, פערצופעל געווען איינער פון זיינע תלמידים, אויפגעצויגן געווארן פון א צובראכענע משפחה וואס איז נאכאלסט דבוק אין אים, און די מיטגלידער פון די משפחה זענען גבאים און ראשי הקהילה ווא שטופן זיין וואגאן און פייטן פאר זיין רעביסטעווע, (ווי די פעטערס ר' מאיר הירש און ר' שלמה זלמן שטיין.) דאס איז געווען שוידערליך סיי ווייל די ביליגקייט פון צושמירן אזא מעשה פארן פאלק און סיי פארן בשמוצען די משפחה פון נאבעלע דורכגעליטענע מענטשען.
עס הייבט זיך אן מיט א פארדארבן חינוך וואס זיינס א תלמיד האט איבערגעלאזט אייגן ווייב און 5 קינדער און זיך פארליבט אין א גוי'טע יארן האט די משפחה פרוביט צוריקצוברענגן דעם אינגערמאן צו אידישקייט. ביז איינמאל האט זיי דער ר' אהרן געהייסן מגייר זיין די ווייב פונעם אינגערמאן מיטן דירעקטן בדיעבדיגן כוונה אז וויבאלד דער אינגערמאן וועט שוין נישט צוריקגיין צו זיין ערשטער ווייב, און זיין צווייטער ווייב וויל האלטן אידישקייט, וועט דער אינגערמאן אפשר אויך האלטן אידישקייט דורך די נאנטשאפט וואס ער האט געהאט מיט זיין מאמען און שיקסע וואס ער פלעגט קומן מיט איר כסדר אויף שבתים און ימים טובים אויף קרית יואל, צוציזעהן די הנהגה פון אידן מיט חסידים וויזוי צו פירן זיך אידישלעך אויפן סאטמארן שטייגער, און דערמיט ארויסגעוויזן און געזאגט אפען אז ער וויל תשובה טאן. ר' אהרן האט זיך אבער אויסגענומען אז דאס זאל זיין שטיל און קיינער זאל זיך נישט דערוויסן כדי נישט נאכטאן.
ווען ר' אהרן איז געוואור געווארן אז דער רב וואס האט מגייר געווען די ווייבל איז גאר איינער פון זיינע ארכי-קעגנער הרב ר' יצחק מאנדל שליט"א און אויך אז מען האט געטובלט די פרוי אין די מקוה פון בני יואל און צוגאב האט די משפחה פון די ערשטע ווייב געוואלט זייער שטארק אז דער אינגערמאן זאל נישט קענען חתונה האבן און זיי זענען פראמיניטע עסקנים פון קרית יואל, האט ער באשלאסן צו שלאגן פאליטישע קאפיטאל און מאכן א שטונק דערקעגן און אויסגעדרייט זיין דאטשיג מיט א בלעכענעם פנים ערקלערט אז די מאמע, א צובראכענע אלמנה און רעספעקטירטער חשובע פרוי, וואס האט דאס געהערט די עצה פון אים זאגט גאר ליגענט.
ער האט ליידער מיט זיין גאווה און שחצנות אליין מפרסם געווען די מעשה וואס קיינער האט נישט געוויסט דערמיט זאגענדיג אז די פראבלעם מיטן גיור איז אז אנדערע וועלן דאס נאכטאן, און אזוי ארום באשמוצט די משפחה אויף די גאנצע וועלט, עס האבן זיך צו אים דאן צוגעשטעלט 2 ליטווישע רבנים, ר' שמחה בונם קאהן פון לעיקוואד און נאך איינער פון בארא פארק. וואס האבן געזאגט אז אין זייערע קרייזן איז דאס יא שכיח אז אידן פארליבן זיך אין גויט'עס דעריבער מוז מען דאס באקעמפן כאטשיג אין סאטמאר קרייז איז דאס דערווייל נישט שכיח ממילא וואלט דאס איינצעלער אויסנאם אויב עס איז ווען שטיל נישט געווען א פראבלעם.
ר' יחזקאל ראטה וואס איז א פוסק פאר מאדערענע קרייזן אויך האט זיך דאן יא צוגעשטעלט צום דעם מערכה פון ר' אהרן על אף די קאנסקווענסן וואס דאס האט ל"ע געהאט אויף דעם פרומען קרייז.
על אף וואס קיינער פארמישט אין דעם סקאנדאל האט נישט געהאט מיט וויליאמסבורג איינגעלייגט, נישט ער, נישט ר' יצחק מאנדל און נישט די עלטערן און נישט די פארפאלק, דאך צוליב זיין ווייזן אז ער איז נאכאלסט גרויס האט ער געמאכט מיט גרויס פאמפע אן אסיפה אין וויליאמסבורג, אין סיגוטער שול, אז אלע רבנים פון טרייסטעיט ניו יארק זאלן זיך קענען באטייליגען דערין, כדי צו דאס ווי מער צו פארשפרייטן האט מען געהאט בילדער און לאנגע באריכטן דערוועגן אין זיין צייטונג דער בלאט, כאטשיג רוב רבנים זענען נישט געווען פון וויליאמסבורג.
דער בלאט און זיינע ארונים בראש פון אים מיט עטליכע דרשות איז דעמאלטס געווען בעיקר פארנומען צו פארשפרייטן קעגן ווייבל צו בשמוצען און פייניגן א גיורת אז זי האט זיך נישט מגייר געווען כדת משה וישראל, זי האט אבער אפגענטפערט מיט עטליכע בריווען צו רבנים וואס בשעתו נתפרסם געווארן אויפן אינטערנעט צו זאגן אז די פאלטשע קלאנגן פון די ארונים זענען ריינע בייזוויליגע פארטייאישע רדיפות קעגן איר, און זי האלט יא איין אלע מצוות און מנהגים פון חרדישע אידן און זי האט זיך נישט מגייר געווען צוליב די ליבע פון איין מענטש איר מאן, נאר די מאן האט אין איר אריינגעלייגט א ליבע צו גאט זיין תורה און זיין פאלק, דעריבער וויל זי זיין א טייל פון דעם פאלק אידן. אבער וויבאלד דער איד האט נישט געוואלט געבן נאך פירסום פארן סיפור האבן זיי נישט אפגעדרוקט אירע ווערטער,
[בעאַרבעטן] אריזאונע ווייץ
ר' אהרן האט איינגעפירט און די קרית יואלע מצה בעקריי צו נעמען די אריזאנע ווייץ צוליב וואס ער האלט אז עס מער מהודר.
זע אויכט אריזאונע ווייץ
[בעאַרבעטן] זיין תורה
ער האט זיך יארן לאנג מקדש געווען על התורה ועל העבודה פון קינדווייז אן וואס ער האט געהאט חברותות גרויסע תלמידי חכמים וואס האבן מיט אים געלערענט פריוואט שטענדיג אים צו הייבן ער זאל קענען ווערן א מנהיג.
ער האט געדינט אלס ראש הכולל ראש ישיבה דיין און רב פאר ער איז געווארן א רבי.
ווען ער איז נאך געווען א פרישער אינגערמאן האט איהם שוין זיין טאטע מיטגענומען צו וויכטיגע אסיפות רבנים, איהם צו איינטרענירן צו זיין א מנהיג און א רבי.
ביי די 31 יאר אלט האט איהם זיין טאטע געשטעלט אלס ראש ישיבה פון די גרויסע סאטמארע ישיבה גדולה און קרית יואל, אויפן פלאץ וואס ר' נתן יוסף מייזעלס און ר' מרדכי שטיין האבן פיגוריט פארן יארן לאנג. ביזן היינטיגן, כמעט 30 יאר, וואס איז ער פירט די ישיבה.
ער איז פארעכנט אלס א וואונדערליכער בעל מחדש און מגיד. ער האלט רעגלמעסיג דרשות און שיעורים וואס ענהאלט פילפולים, רמזים, דברי חסידות אין ענליכס. ר' אהרן טייטלבוים האט שוין אפגעשריבן מערערע ספרי חידושי תורה אויף תורה און ש"ס. איבער 15 בענדער פון זיינע חידושים זענען שוין געדריקט געווארן. זיינע חסידים קוקן עס אלס א פאזיטיווער כשרון, פארגלײַכענדיג איהם צו זיין עלטער-פעטער ר' יואל טייטלבוים,
[בעאַרבעטן] זיין משפחה
ברודער
- ר' זלמן לייב טייטלבוים צוקריגט מיט אים.
- ר' ליפא טייטלבוים, צוקריגט מיט אים.
- ר' שלום אליעזר טייטלבוים, זיין חסיד.
שוועסטער
- אשת ר' בעריש מייזליש רב אין סאטמאר בארא פארק. זי לעבט שוין נישט זייט תשנ"ג, ער מיט זיינע אלע קינדער חסידים.
- אשת ר' דוד דוב מייליש רב אין סאטמאר מאנטריאל. אמאל געווען זיין חסיד, היינט אומקלאר. זיינע אלע קינדער חסידים.
- אשת ר' חיים יהושע האלבערשטאם נישט דוקא "צוקריגט" ווייל ער קומט צו אלע זיינע שמחות און רעדט מיט איהם, אנדערש ווי ר' זלמן לייב און ליפא, אבער ער שטייט מער צו ר' זלמן לייב.
קינדער
- זוהן: ר' מנחם מענדל טייטלבוים סאטמארע (ארונים) רב אין וויליאמסבורג.
- איידעם: ר' העניך אשכנזי, א מו"ץ און רב און די עצי תמרים געגנט אין קרית יואל.
- איידעם: ר' ברוך טייטלבוים א מוהל אין א בעל מכשיר פאר זיין טאטע דער וואלאווער רב.
- איידעם: ר' שמעון זאב מייזליש, א מגיד שיעור און א מו"ץ
- זוהן: ר' חיים צבי טייטלבוים, רב אין סיגעיטער שול אין וויליאמסבורג
- איידעם: ר' דוד דוב דושינסקי, זוהן פון הרב דושינסקי און ירושלים.
- זוהן: ר' יואל טייטלבוים, איידעם ביי רב אייכענשטיין פון מאנסי.
- איידעם: ר' יוסף רוקח - פאפא און קאזלאווע אייניקל וואוינט אין קרית יואל.
[בעאַרבעטן] זיינע גבאים
- ר' יושע מענדלוויטש
- ר' שמואל הכהן פרידמאן
- ר' שלמה זלמן שטיין
- ר' חיים שלמה פישער
[בעאַרבעטן] זיינע חסידים
זיינע חסידים ווערן אנגערופן ?מיט א שפעט נאמען? ארונים ?בעיקר דורך די זאליס?, ווייל טראץ די אלע קעגנערשאפט וואס האט זיך אנגעזאמעלט דורך די יארן און די ציטיילונג אין סאטמאר איז נאך אלס ר' אהרן היינט פארעכענט ביי זיי אלס איינע פון די גרעסטע חסידישע רבעס ?אין אמעריקע, און מעגליך אויף די וועלט?, זיי ציילן זיך אן מיט צענדליגע טויזענטע איבער די גארער וועלט.
די טיפישע חסידים פון ר' אהרן זענען אין אלגעמיין די לויאלע חסידים פון זיין טאטע, וואס האבן זיך אלס געהאלטן געטריי צו זיין טאטע און איהם דורכאויס די אלע מחלוקת קעגן בני יואל און זייערע שטיצער. זיי האלטן אז טראץ זיינע אלע חסרונות און היסטארישע קריטיק וואס קיין איין מנהיג האט נאך נישט געהאט אזאלעכע עבירות אויף זיין רעקארד, איז ער פון דעסטוועגן דער פאסיגסטער ממלא מקום פון ר' יואל טייטלבוים און פאר א גרויסע צדיק ווי זיי אייסערן זיך און זיינע תורות אין אויפירונג און קוויטלען זיך.
ר' זלמן לייב'ס חסידים וואס ווערן אויך צוריק אנגערופן מיטן שפעט נאמען זאליס דורך די ארונים ארגומענטירן אז זיי זענען א גרעסערע חסידות, ווייל זיי האבן מער מענטשן וואס שטרעבן פאר ר' זלמן לייב'ס הצלחה, אינערהאלב סאטמאר וואס לויט זיי אינעם סאטמארן זין קען מען דאס אויסטייטש אלס חסידים, טראץ דער טיפישער זאלי איז נישט קיין חסיד פון ר' זלמן לייב זעלבסט, ער איז בלויז א סימפאטיקער, ווייל ער נעמט א שטעלונג אין די מחלוקה, אבער ער האלט נישט ר' זלמן לייב פאר א צדיק, קוויטעלט זיך נישט ביי איהם, גייט נישט צו זיינע רוחניות'דיגע פארברענגען, אויף אזוי ווייט אז א גרויס חלק פון די זאליס טיען גרינגשעצן מיט שפאס אויף ר' זלמן לייב, אבער צוליב די פיינטשאפט קעגן ר' אהרן שטיצן זיי איהם, און פרובירן איהם צו הייבן.
פריערדיקער: הרב משה טייטלבוים זצ"ל ברך משה |
אדמורי סאטמאר | קומענדיקער: -- |
[בעאַרבעטן] דערויסענדיגע לינק
- פורים טיש פון ר' אהרן טייטלבוים
- יארצייט טיש כ"ו אב, תשס"ה. אין קרית יואל [1].
- דרשה איבער מנובלים פירצה אין קרית יואל.[2]
[בעאַרבעטן] פראבלעמען מיט די ווערסיע
ווייסט איינער צי דער ארטיקל האט א פריעריקע נייטראלע ווערסיע? מען קען דאך נישט סתם מעקן דעם גאנצן ארטיקל ר' אהרן טייטלבוים. א דאנק. ►רוני◄ 21:40, 16 יולי 2007 (UTC) עס האט די פאלגענדע פעלערן:
- עס איז נישט אנציקלפעדיש.
- קיין איינע פון די זאכן האבן נישט קיין מקורות.
- די אינהאלטן איז פול מיט סעקס.
- עס איז נישט נוטראל.
די אלע פיר זאכן זענען א יסוד, פארוואס דאס דארף זיין אפגעמעקט. אדרבה. אויס עס קומען ארויף נייע נייטראלע אישוס, וועט מען עס דעמאלטס באהאנדלען ווי באזעצענע געלערנטע מענטשן.--אלץ-ווייסער 21:43, 16 יולי 2007 (UTC)
- די ארטיקל אזויווי עס איז יעצט איז זייער גוט, נאר מען דארף עס איבערטייטשן אין אידיש. מיר זענען נאך צו קליין זיך צו שלאגן אויף אזאלכע גרויסע זאכן, דעריבער דארף אזאלכע ארטיקלעך פשוט נאכגעשריבן ווערן ווארט ביי ווארט פון אנדערע וויקיפעדיעס, די פריערדיגע ארטיקל פון יודל דארף אינגאנצן אפגעמעקט ווערן.--למדן 21:49, 16 יולי 2007 (UTC)
- איך האלט אז מען זאל עס דא אריבער קאפירן און פיקסן אז עס זאל זיין 100% נייטראל און דערנאך עס צוריק לייגן און פארשפארן דערווייל--טעכניקער 22:25, 16 יולי 2007 (UTC)
איך שטיץ וואס טעכניקער זאגט. אבער נייטראל מיינט 100 פראצענט נוטראל. רעלעוואנט און עקציקלפאדיש. ס'איז א שווערע אויפגאבע פאר איינעם וואס האט דערמיט עפעס אינטימע שייכות. אבער דארף געמאכט ווערן און דערנאך זיין פארשלאסן פאר א שטיק צייט.--אלץ-ווייסער 22:38, 16 יולי 2007 (UTC)
-
-
- לייגסט צו א האנט די ארטיקל איז צו גרויס איך קען נישט אליין--טעכניקער 23:18, 16 יולי 2007 (UTC)
-
i think this is the most objective, neutral and informative version.
--71.167.136.3 17:17, 22 יולי 2007 (UTC)