שרגא פייוול זימערמאן
פֿון װיקיפּעדיע
הר"ר שרגא פייוול זימערמאן איז דער אב"ד פֿון דער יידישער קהילה אין גייטסהעד. די הכתרה איז געווען ר"ח אייר תשס"ח.[1] פֿריער איז ער געווען א דיין אין קהל עדת ישרון, וואשינטאן הייטס[2] און רב פֿון א קהילה אין מאנסי. אנוועזנד ביי דער הכתרה זענען געווען הרב משה חיים אפרים פאדווא, אב"ד פון התאחדות קהילות החרדים, לאנדאן און הרב מענדל שנייבאלג אב"ד פון מחזיקי הדת, מאנטשעסטער.
הרב זימערמאן איז א זון פון ר' יאיר משה זימערמאן און אן אייניקל פון הר"ר יונה הורוויץ אב"ד אונסדארף און פראנקפורט.
פֿריערער: הר"ר בצלאל ראקאוו |
אב"ד גייטסהעד תשס"ח - |
נעקסטער: היינטיקער |