שלום מאשקאוויץ
פֿון װיקיפּעדיע
הרב שלום מאשקאוויץ איז געבוירן אין שאץ, רומעניע. ער איז געווען אן אייניקל פון דעם רבי'ן יחיאל מיכל פון זלאטשעוו.
פאר'ן צווייטן וועלט קריג האט ער עמיגרירט קיין לאנדאן, ענגלאנד, וואו ער האט זיך באזעצט אין דעם סטאמפארד היל געגנט, דעמאלסט נישט קיין גרויסער צענטער פון חסידישע יידן. אין לאנדאן איז ער געווארן באקאנט אלס "שאצער רבי". ער האט אויפגעשטעלט א בית מדרש פארבינדן מיטן התאחדות קהלות החרדים פון לאנדאן.
הר"ר שלום איז געווען א זון פון הרב מרדכי יוסף משה פון סאליץ.
דער שאצער רבי האט געשריבן עטליכער בענדער פון תורות מיטן נאמען "דעת שלום", לויטן סדר פון פרק שירה.
ער איז נפטר געווארן כ"ב טבת ה'תשי"ח. ער ליגט אין דעם ענפילד בית עולם פון דעם לאנדאנער עדת ישראל. מ'האט געשטעלט אן אהל איבער זיין קבר, וואו מענטשן גייען מתפלל זיין יעדן פרייטאג.