קאמפיוטער ווארעם
פֿון װיקיפּעדיע
קאמפיוטער ווארעם איז א זעלבסט דאפעלטדער פראגראם. עס נוצט א נעטווארק צו שיקן קאפיס פון זיך צו אנדערע קאמפיוטערס. אנדערשט ווי א קאמפיוטער וויירוס האט א ווארעם אין זיך אריין געבויעט א וועג ווי אזוי זיך צו פארשפרייטן און אנצוקומען צו זיין ציל און אנזייען א חורבן, געווענדליך נוצט עס א באג און דעם אפערעיטינג סיסטעם, זיך צו פארשפרייטן אן דעם באנוצער וויסן, קאמפיוטער ווערעם טוען געווענליך שעדיגן די נעטווארק צוליב וואס עס נוצט דעם נעטווארק זיך צו פארשפרייטן נוצט ער אויף דעם גאנצן BANDWITH מה שאין כן די וויירוס שעדיגט די פיילס און אינפעקטירט און קארופטירט די קאמפיוטער.
עס זענען דא קאמפיוטער וויירוס וואס באנוצען זיך מיט דעם ווארעם טעכניק זיך צו פארשפרייטן, אנזייענדיג א געוואלדיגן חורבן.
[בעאַרבעטן] וויאזוי זיך צו באשיצן
אזוי רוב קאמפיוטער ווערעם נוצן אן אפערעיטינג סיסטעם באג זיך צו פארשפרייטן איז זייער וויכטיג צו מאכן זיכער אז איר האט די לעצטע אפדעיטס פון אייערע אפערעיטינג סיסטעם.