>


Web - Amazon

We provide Linux to the World


We support WINRAR [What is this] - [Download .exe file(s) for Windows]

CLASSICISTRANIERI HOME PAGE - YOUTUBE CHANNEL
SITEMAP
Audiobooks by Valerio Di Stefano: Single Download - Complete Download [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Alphabetical Download  [TAR] [WIM] [ZIP] [RAR] - Download Instructions

Make a donation: IBAN: IT36M0708677020000000008016 - BIC/SWIFT:  ICRAITRRU60 - VALERIO DI STEFANO or
Privacy Policy Cookie Policy Terms and Conditions
צייטונג – װיקיפּעדיע

צייטונג

פֿון װיקיפּעדיע

א בלעטער פארקויפער
א בלעטער פארקויפער

אַ צײַטונג, (זשורנאל אדער טאגבוך) איז אַ אויסגאַבע רשימה, צומאלן א טעגליכע וויסן- בוך וואס בריינגט אקטועלע נייעס איבער די וועלט און נאך ידיעות. די בלעטער, אינפֿאָרמאַציאָן און אַנאָנס ענטהאַלט; געווענליך געדרוקט אויף טיפֿפונקט געקאָסטעם פאָפיר האָט גערופן "צײַטונג פאַפיר".


צייטונגן זענען די ארגינעלע פארעם פון בראודבענד קאמיוניקאציע וועלכע גייט צוריק הונדערטער יארן און אפשר נאכמער. אין די היינטיגע וועלט איז קאמיוניקאציע א גרויסע טייל פון סאסייאיטי און קומט אין צענדליגער פארעמען ווי: טעלעפאנס, סעליולער, פעקס, ראדיא, טעלעוויזיע, און אינטערנעט. בעפאר די אלע זאכן זענען געווען אין די וועלט האט מען זיך באנוצט מיט צוויי קאמיוניקאציע מיטלן און זיי זענען געווען צייטונגן און בריוו. שפעטער האט מען אויסגעפינען די טעלעגראף וועלכע האט פארשנעלערט די קאמיוניקאציע פון וויכטיגע מעסעדזשעס.

צייטונגן זענען שטענדיג געווען די ביליגסטע און גרינגסטע וועג וויאזוי צו פארשפרייטן נייעס, ארטיקלן, און אדווערטייזינג צו מאסן מענטשן. צייטונגן זענען ערשט געשריבן געווארן מיט דער האנט און שפעטער האט מען דאס געדרוקט מיט גרויסע זיגלן און היינט איז די גאנצע ארבעט קאמפיוטערייזד. צייטונגן זענען שטענדיג געשריבן געווארן אין שפראכן וועלכע די מערסטע לייענער האבן גערעדט און דאס מאכט זיי נאך היינט אינטערעסאנט וויפיל מען האט פון זיי.


אינהאַלט

[בעאַרבעטן] די כוח פון א צייטונג

אין די ארכיוון פון די וואשינגטאן מוזעאם איז פאראן אקטועלע פאפירן פון צייטונגן אזוי ווייט צוריק ווי 775, וועלכע איז נאך בעפאר די די אמעריקאנער רעוואלוציע. די צייטונגן אין יענע צייטן זענען נאך נישט געווען אזוי פראפעסיאנאל ווי היינט אבער ווי מאכטפול צייטונגן זענען היינט, זענען די צייטונגן פון יענע צייטן געווען נאכמער מאכטפול.

אלטע אמעריקאנער צייטונגן האבן נישט געהאט קיין שום קאנטראל איבער זיי און זיי האבן געקענט שרייבן וואס זייער הארץ האט באגערט. די וועלט איז נאך דעמאלט פיל געווען מיט הערשער און קעניגרייכן אין וועלכע מענטשן האבן זיך נישט געוואגט צו זאגן א ווארט קעגן די קעניגרייך אדער רעגירונג פירערשאפט. אין אמעריקע איז דאס אבער געווען איינע פון די הויפט צילן וועלכע איז אריינגעשריבן געווארן אין די "ביל אוו רייטס" אין די אמעריקאנער קאנסטיטוציע וועלכע גיט יעדן די רעכט צו זאגן און שרייבן וואס עס שמעקט אים.

די דזשורנאליסטן פון יענע צייטן האבן גוט אויסגענוצט די געלעגנהייט און האבן אנגעפירט איבערקערענישן מיט די כוח פון זייערע צייטונגן. אין די אמעריקאנער היסטאריע זענען באקאנט די צוויי מאכטפולסטע דזשורנאליסטן וויליאם רענדאלף הערסט און דזשאסעף פוליצער וועלכע האבן באיינפלוסט מיליאנען מענטשן מיט די כוח פון זייערע צייטונגן. היסטאריע זאגט אז הערסט איז פאראנטווארטליכט פאר די קריג מיט שפאניע אין 898' נאכדעם וואס ער האט אזויפיל געהעצט קעגן די שפאנישע.


[בעאַרבעטן] צייטונגן היינט צו טאג

אפיציעלע צייטונגן היינט צו טאג זענען זייער פראפעסיאנאל און יעדעס ווארט וואס ווערט דארט געשריבן ווערט איבערגעקוקט עטליכע מאל אויב עס איז טאקע ריכטיג. אנדערש ווי אמאל, האבן די צייטונגן, און דזשורנאליזם בכלל, באקומען א שטיקן קאנטראל פון די רעגירונג. כאטש די רעגירונג צענזורט נישט קיין צייטונגן (ווי די קאמוניסטן האבן געטאן), האבן זיי אבער א רייע רעגולאציעס וועלכע מעגן נישט צעבראכן ווערן.

אינטערעסאנט איז אז טראץ די עלעקטראנישע מידיא וועלכע דאמינירט היינט אמעריקע איז אבער צייטונגן נאך אלץ איינע פון די הויפט נייעס געבער פאר מיליאנען מענטשן ארום דאס לאנד. אמעריקע פארמאגט 1,600 צייטונגן וועלכע ערשיינען יעדן אינדערפרי. אויסערדעם זענען פאראן נאך הונדערטער צייטונגן וועלכע קומען ארויס וועכענטליך און עס זענען פאראן אן א שיעור דזשורנאלן און מאגאזינען וועלכע ערשיינען וועכענטליך און חודש'ליך.

א פאפירענע צייטונג האט אן ארגינעלן חן וועלכע די עלעקטראנישע מידיא קען נישט אוועקנעמען. לייענער גלייכן דעם פאפיר און די וועג וויאזוי מען לייענט א צייטונג. מען קען אויפמישן און צוריקמישן שנעל, מען קען אויסשניידן דאס וואס מען וויל האלטן, און מען קען עס איינקנייטשן וויאזוי עס איז באקוועמער ארומצוטראגן. עס קלינגט נישט א לעפטאפ ביי נאכטמאל און ווי געשמאק איז א צייטונג בייי די זייט.

יעדע צייטונג און אויסגאבע קומט ארויס פון דרוק נאך אסאך ארבעט, אבער ספעציעל זענען איטערעסאנט די טעגליכע צייטונגן וועלכע קומען ארויס פריש יעדן אינדערפרי מיט צענדליגער בלעטער פיל מיט נייעסער און ארטיקלן.


[בעאַרבעטן] די נייעס און די וואס באריכטן דאס

א צייטונג ווערט באשאפן דורך 5 טריט וועלכע זענען: נייעס, עדיטאריעל, אדווערטייזינג, פראדוקציע, און פארשפרייטונג.

דאס ווארט נייעס איז געווארן א טייל פון די טעגליכע געשפרעכן וועלכע מענטשן נוצן אויף יעדע טריט און שריט, אריינגערעכנט ווען מען באגריסט זיך. "וואס איז נייעס?" פרעגט איינער דעם צווייטן. מען איז אזוי צוגעוואוינט צו נייעס אז מען קען נישט לעבן אן דעם. יעדער וויל וויסן וואס נאך האט פאסירט און נישט נאר אין די אייגענע שטאט נאר ארום די גאנצע וועלט.

נייעס באדייט אז עס איז פרישע באריכטן. עס קען זיין א מאדנע זאך, א גוטע בשורה, א שלעכטע בשורה, א נארוואס פארענדיגטע באריכט אדער שטודיע א. ד.ג. נייעס מוז נישט דווקא מיינען אז עס איז ניי געשען. עס קען אויך מיינען אז עס איז ניי צו די מאסן.

יעדע צייטונג פארמאגט א צאל רעפארטערס וועלכע זענען ווי די אויגן און אויערן פון די צייטונגן. רעפארטער זאמלן נייעס פון וואו זיי קענען נאר און ברענגן עס צו די צייטונג'ס עדיטאר באורד וועלכע קוקט אלעס איבער און באשליסט וואס צו נוצן און וואס נישט, און וואס צו לייגן אויפן פאדערשטן בלאט און וואס צו לייגן אויפ'ן 91'סטן בלאט. נייעס זענען איינגעטיילט אין קאטעגאריעס און לויט דעם ווערן זיי באריכטעט.

די רעפארטער דארפן שטארק אכט געבן אז זייערע באריכטן זאלן זיין קראנט ווייל אויב נישט וועט זייער רעפוטאציע פארגיין און זיי וועלן מער נישט האבן פארוועמען צו באריכטן. רעפארטער נעמען אסאך קרעדיט פאר זייערע באריכטן און זענען לאיאל צו די וואס גיבן עס איבער צו זיי. מענטשן וועלן זאגן פאר רעפארטער זאכן וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געזאגט פאר א פאליציי אפיציר אדער סיי וועלכע לאו ענפארסמענט אפיציר. רעפארטערס וועלן זיך מקריב זיין צו גיין אין תפיסה אבער זיי וועלן נישט ארויסגעבן פון וואו זייערע קוועלער זענען.

נישט אומזיסט רופן זיך די אמעריקאנער צייטונגן דער פערטער טייל פון די רעגירונג. די צייטונגן באטראכטן אלעס און קומען אויף שפירן טיילמאל שנעלער ווי סיי וועמען. צייטונגן שטעלן אריין קאנדידאטן אין אפיס און מאכן אנדערע רעזיגנירן. טויזענטער סקאנדאלן קעגן אלע סארט אויפגעכאפטע מענטשן זענען אונטערגעצינדן געווארן דורך צייטונגן.

ספעציעל זענען צייטונגן אויסגעצייכנט אין נאכפאלגן די גערעכטיקייט פון לאנד. זיי באטראכטן די לעגיסלאטיוו, עקזעקיוטיוו, און יוסטיץ אפטיילונגן און וועלן אויפדעקן יעדע אומריכטיגע זאך וואס זיי זעען דארט. אין ענגליש רופט מען זיי די רעגירונג'ס "וואטש דאג" צוליב זייער געלונגענע ארבעט צו היטן אויף די געשעענישן אין די רעגירונג ווי א הינטל וואס היט זיין בעל הבית.

יעדע גרויסע צייטונג פארמאגט רעפארטער איינגעטיילט פאר אנדערע נייעס מאטיוון. איינער באטראכטן די געריכטן, א צווייטער סיטי האל, איינער קוקט זיך אום אויף ביזנעסער, ערציאונג, מעדעצין, א.א.וו. נאכדעם זענען פאראן רעפארטער וועלכע ווערן צוגעשטלט דארט ווי עס מאכט זיך עפעס. אויך זענען פאראן פרילענסער רעפארטער וועלכע ארבעטן פאר זיך אליינס און צייכנען זיך אויס אין געוויסע רעפארטאזש און זיי פארקויפן זייערע ארטיקלן און באריכטן פאר צייטונגן.

רעפארטער ריזיקירן טיילמאל מיט זייער לעבן צו קענען באריכטן נייעס. אין יעדע מלחמה פארן מיט טויזענטער דזשורנאליסטן וועלכע קענען אומגעברענגט ווערן יעדע ליאדע מינוט, ספעציעל די וואס וואגן זיך מער און גייען דארט ווי זיי זענען געווארנט נישט צו גיין. אין יעדע קריג ווערן דזשורנאליסטן אומגעברענגט און אויך אויף אנדערע פלעצער ווערן זייערע לעבנ'ס פארשניטן וועלכע זיי רירן אן זאכן וואס א צווייטער וואלט זיך נישט געוואגט אנצוקוקן. אין די פארגאנגענע יארן זענען איבער 1000 דזשורנאליסטן אומגעברענגט געווארן ארום די וועלט אין פארשידענע סארט אטאקעס, אריינגערעכנט א גרויסע טייל אין איראק.

יעדע קאטעגאריע אין יעדע גרויסע צייטונג פארמאגט א באזונדערע עדיטאר צו וועלכע אלע רעפארטער מוזן זיך צושטעלן. די וויכטיגסטע עדיטארס זענען די וואס קאנטראלירן די לאקאלע נייעסן. זיי באקומען יעדע באריכט ערשט האנטיג און דארפן באשליסן יעדע נאכט וואס יא אריינצושטעלן און וואס נישט און וועלכע איז יא א העדליין און וועלכע איז נישט. איינמאל דער לאקאלער עדיטאר באשליסט די נייעסן פאר די קומענדיגע טאג שיקט ער אלעס אריבער צו די קאפי עדיטארס וועלכע קוקן איבער אלע באריכטן און מאכן זיכער אז אלעס איז קראנט און יעדעס ווארט איז גוט געספעלט.

די קאפי עדיטארס וועלכע אויך זיכער מאכן אז דער באריכט האט א גוטע הסברה און אויב נישט וועלן זיי דאס פאררעכטן. די עדיטארס באנוצן זיך אסאך מיט די צייטונג'ס ארכיוון וואו זיי קוקן נאך פאקטן אויב עס שטימט מיט'ן ווייטערדיגן באריכט.


[בעאַרבעטן] עדיטאריעל

יעדע צייטונג פארמאגט אן עדיטאריעל און אן דעם איז עס נישט קיין צייטונג. א צייטונג איז נישט נאר אן איבערגעבער, נאר דארף אליינס געבן א מיינונג איבער אלע אישוס אויפ'ן טיש אין די פארעם פון עדיטאריעל ארטיקלן. אין יעדע צייטונג איז פאראן אן עדיטאריעל באורד וועלכע באשטייען פון ערפארענע דזשורנאליסטן וועלכע מאכן צוזאמען אפ די מיינונגן פון די צייטונג איבער אלע טעמעס וועלכע זענען אויפ'ן סדר היום. זיי וועלן זאגן אויב דער מעיאר טוט א גוטע ארבעט אדער נישט, צי מענטשן האבן גוטע פרנסות, צי די רעגירונג האט געטאן ריכטיג, צי יענער זאל אנגעקלאגט ווערן, און אזוי מיט יעדע טעמע. די עדיטארס בעארבעטן אליינס זייער עדיטאריעלן און וועלן אליינס נאכזוכן אלע פאקטן.

די עדיטאריעלן פארמאגן א באשטימטע בלאט אין יעדע צייטונג וואו עס איז אויך פאראן פלאץ פאר די מיינונגן פון די לייענער, די צווייטע וויכטיגסטע טייל פון עדיטאריעל. רוב צייטונגן פארמאגן אויך באשטימטע בלעטער וואו די שרייבער געבן ארויס זייערע מיינונגן אין די אזויגערופענע אפ-עד ארטיקלן.

די עדיטאריעל איז אפגעטיילט פון די נייעס און די צייטונגן רופן עס די אפטיילונג פון שטטאט און רעליגיע. נייעס איז בלויזע פאקטן און עדיטאריעל איז מיינונגן. א צייטונג וואס פאלט דורך מיט אן עדיטאריעל איז נאך אלץ באגלייבט פאר נייעס. עס איז צוויי באזונדערע אפטיילונגן און די צוויי מעגן זיך נישט אויסמישן.


[בעאַרבעטן] אדווערטייזמענט

די נומער בלעטער מער ווי די מינימום און רוב צייטונגן איז געוואנדן לויט וויפיל אדווערטייזמענט עס איז פארקויפט געווארן יענעם טאג און נישט לויט וויפיל נייעס עס איז פאראן צו פארציילן. א צייטונג איז א ביזנעס וואס זוכט צו מאכן געלט און וועט נישט סערווירן נאר אויב זי פארדניט דערפון. אן אויסנאם איז פאראן ווען עס פאסירט עפעס אויסערגעווענליך דעמאלט וועלן צייטונגן יא צולייגן מער בלעטער צו דעקן די אינטערעסאנטע נייעס ווייל דאס איז א טייל פון זייער סערוויס.

רוב צייטונגן מאכן זיכער צו לייגן מער אדווערטייזמענט ווי נייעס אין די טעגליכע צייטונג און נאר אין די וויקענד וועלן זיי יא לייגן מער נייעס. גרויסע צייטונגן קענען פארמאגן ארום 65 פראצענט אדווערטייזמענט און דאס איבעריגע איז די לעכל פאר נייעס, ווי טייל שרייבער רופן עס אן. אלע אדווערטייזמענטס ווערן צוגעגרייט בעפאר די נייעס ווערט געדרוקט און די ארבייטער פון די אדווערטייזמענט אפטיילונג האבן נישט קיין שום השפעה אויף די נייעס אפטיילונג און דאס זעלבע פארקערט. אויב א צייטונג פארמאגט 100 בעלעטער וועלן ארום 60 בלעטער ווערן צוגעגרייט מיט אדווערטייזמענטס און די איבעריגע בלעטער וועלן אנגעפילט ווערן מיט נייעס אויף די לימיט פון 100 בלעטער.

עס זענען פאראן 3 ערליי אדווערטייזמענטס וועלכע פילן אן די בלעטער. די ערשטע זענען די דיספלעי עדס וועלכע פילן אן גאנצע און האלבע בלעטער און קאסטן צענדליגער טויזענטער דאלארן. די סארט אדווערטייזמענטס ווערן אריינגעשטעלט דורך גרויסע דעפארטמענט געשעפטן, אויטא דילערס, און נאך גרויסע ביזענעסער. רוב פון די אדווערטייזמענטס ווערן צוגעשטעלט דורך אן אדווערטייזמענט פירמע.

אויסער די דיספלעי עדס וועלכע זענען די עיקר הכנסה פון א צייטונג איז פאראן קלאסיפייד עדס וועלכע קאסטן עטליכע דאלאר פער רייע און ווערן אריינגעשטעלט דורך פריוואטע מענטשן וואס זוכן צו קויפן אדער פארקויפן עפעס און אויך קליינע ביזנעסער וועלכע גיבן סערוויסעס אדוערטייזן זיך דארט. נאכדעם זענען פאראן אינסערטס וועלכע זענען קליינע ביכלעך פון געוויסע פירמעס און ווערן אריינגעשטעלט אין צייטונגן, ספעציעל אין וויקענד צייטונגן.


[בעאַרבעטן] פראדוקציע

די פראדוקציע איז אמאל געווען די שווערסטע טייל פון א צייטונג ווען מען פלעגט נוצן די פרעס וועלכע איז באשטאנען פון שווערע בלעכן אויף וועלכע עס זענען ארויפגעשטעלט געווארן די בוכשטאבן און דערנאך איז די גאנצע זאך געדרוקט געווארן אויף פאפיר גענוי ווי א פארטיגע זיגל. יעדע בלאט האט גענוצט א באזונדערע בלעך און די דרוקעריי איז געווען א גרויסע ארבעט, ספעציעל אויב מען האט געוואלט מאכן קאלירט האט מען געמוזט האבן מערערע בלעכן פאר איין בלאט.

אין די 70'ער יארן איז די דרוקעריי געווארן היסטאריע און מען האט אנגעהויבן נוצן קאמפיוטערייזד פרינטינג וועלכע איז שנעלער ווי איינער וואלט זיך נאר אמאל געקענט פארשטעלן. די פרעס פארמאגט נאך אלץ בלעכן פאר יעדע בלאט אבער די בלעכן ווערן געמאכט אין מינוטן און די בלעכך טוען נישט די פרינט ארבעט נאר די טינט גייט צו א ראבערנע ראלער וועלכע דרייט זיך ארום העכער די פאפיר. עס זענען פאראן פרעס פירמעס וועלכע טוען די ארבעט פאר די קלענערע צייטונגן און די גרויסע צייטונגן פארמאגן זייערע אייגענע פרעס סיסטעמען וועלכע איז א מאשין (אדער עטליכע) וועלכע שטייט דריי שטאק הויך. די פאפיר לויפט אויף א ראל און נאכ'ן פרינטן ווערט עס אליינס צעשניטן און איינגעקנייטשט גרייט צו גיין. אזא מאשין קאסט ארום 50 מיליאן דאלאר אבער עס איז ווערט דאס געלט ווען עס קען גרייט מאכן 70,000 קאפיס אין איין שטונדע, אן ארבעט וואס וואלט גענומען 100 ארבייטער 5 שטונדן.


[בעאַרבעטן] פארשפרייטן

איינמאל דאס דרוקעריי איז פארטיג און גרייט צו גיין איז פאראן א באזונדערע דיסטריביושן אפטיילונג וועלכע גיט זיך אפ מיט'ן פארשפרייטן די צייטונגן צו אלע סובסקרייבער און געשעפטן.

רוב גרויסע צייטונגן גיבן ארויס 2 אדער 3 אויסגאבן אין איין נאכט. די ערשטע אויסגאבע קומט געווענליך ארויס שפעט ביינאכט און דעקט די נייעס פון איבער'ן טאג און ווערט דאס מערסטע פארשפרייט. די ערשטע ווערסיע קען גיין איבער א גאנצע סטעיט און אפילו נאך ווייטער. די צווייטע אויסגאבע איז די זעלבע זאך מיט אביסל מער נייעס פון די לעצטע שטונדן און דאס ווערט געווענליך פארשפרייט צו ווייניגער פלעצער און די לעצטע אויסגאבע וועלכע קומט ארויס אין די פארטאגס שטונדן גייט נאר אין די לאקאלע סיטי וועלכע די צייטונג סערווירט. די אלע אויסגאבן האבן א באשטימטע צייט יעדע נאכט ווען עס גייט ארויס און ווען עס דארף דעגרייכן די געשעפטן.

די מענטשן וועלכע פארשפרייטן די צייטונגן ווערן גערופן קעריערס און זענען געווענליך יונגע מענטשן צו וועלכע דאס דינט אלס א זייטיגע פרנסה. די קעריערס זענען איינגעטיילט לויט די געגענטער און ווארפן אראפ די צייטונגן צו יעדע סובסקרייבער זייער געשיקט. זיי פארשפרייטן אויך די צייטונגן צו די געשעפטן וועלכע באקומען דאס די ערשטע. אמאל פלעגן צייטונגן ארויסקומען נאכמיטאג און דעמאלט פלעגן די קעריערס ארומפארן אויף ביציקלעך צוליב די טראפיק אבער שפעטער האט מען דאס געטוישט און אלע צייטונגן ווערן פארשפרייט אין די פריע פארטאגס שטונדן ווען עס זענען נישט פאראן קיין אויטאס אויף די גאסן און עס גייט זייער שנעל.

די סוקסעס פון א צייטונג ווענדט זיך אסאך לויט וויפיל סובסקרייבער זי פארמאגט. אדווערטייזער וועלן ליבערשט אריינשטעלן עדס אין גרויסע צייטונגן. עס איז פאראן א ספעציעלע זעלבסטשטענדיגע ארגאניזאציע וועלכע ווערט גערופן די אודיט ביורא אוו סירקולעישן וועלכע באשטעטיגן די נומערן פון צירקולאציע וועלכע די צייטונגן זאגן אז זיי האבן.

די גאנצע פראדעצור פון א צייטונג געדויערט 18 שטונדן פון 9 אזייגער אינדערפרי ביז 3 אדער 4 אזייגער פארטאגס. ווען די צייטונגן גייען ארויס פון דרוק ווערן די אפיסעס ליידיג און שטיל פאר עטליכע שטונדן ביז 9 אזייגער אינדערפרי ווען די שרייבער קומען צוריק אנהייבן דעם גאנצן פראדעצור נאכאמאל פון אנהויב. און דאס פאסירט 365 טעג א יאר.


[בעאַרבעטן] צייטונגן אין אידישן קולטור

צייטונגן זענען היינט א וויכטיגן טייל פון אידישן קולטור וויבאלד עס איז די איינציגסטע אפיציעלע קאמיוניקאציע פאר די אידישע באפעלקערונגן אין שטעט און אזוי אויך חסידות.

עס זענען פאראן א רייע אידישע צייטונגן אנגעהויבן פון פרייע און געענדיגט מיט גאר עקסטרעמע.


[בעאַרבעטן] קאנטראווערסיע

אידישע צייטונגן קומען אונטער שטענדיגע קריטיק וויבאלד די ארבעט פון רעפארטן און שרייבן די ארטיקלן ווערן נישט געמאכט מיט פונטקליכקייט און עס מאכט זיך זייער אפט אז די ארטיקלן פארפירן און געבן פאלשע אינפארמאציע.

טייל צייטונגן, איבערהויפט די פרומע, ווערן קאנטראלירט דורך רבנים וועלכע געבן אנווייזונגן פאר די עדיטארס וואס יא אדער נישט צו פובליצירן. דאס איז אין קאנטראסט צו די עצם קאנצעפט פון א צייטונג וועלכע ברויך ברענגן די נייעס טרוקן מיט פאקטן און נישט געוואויגן צו געוויסע מיינונגן.

די קלענערע צייטונגן און דזשורנאלן זענען ערגער ווי אלע וויבאלד די ארבעט ווערט געטאן דורך אומגעלערנטע שרייבער און מיינונג זאגער וועלכע פארשטייען ניטאמאל די נייעס בעפאר זיי שרייבן דאס. די סארט צייטונגן האבן נישט קיין מיטגלידערשאפט אין קיין איין אפיציעלע מידיא ארגאניזאציע און נעמען גאנצע ארטיקלן אן רשות.


< Static Wikipedia 2008 (no images)

aa - ab - af - ak - als - am - an - ang - ar - arc - as - ast - av - ay - az - ba - bar - bat_smg - bcl - be - be_x_old - bg - bh - bi - bm - bn - bo - bpy - br - bs - bug - bxr - ca - cbk_zam - cdo - ce - ceb - ch - cho - chr - chy - co - cr - crh - cs - csb - cu - cv - cy - da - de - diq - dsb - dv - dz - ee - el - eml - en - eo - es - et - eu - ext - fa - ff - fi - fiu_vro - fj - fo - fr - frp - fur - fy - ga - gan - gd - gl - glk - gn - got - gu - gv - ha - hak - haw - he - hi - hif - ho - hr - hsb - ht - hu - hy - hz - ia - id - ie - ig - ii - ik - ilo - io - is - it - iu - ja - jbo - jv - ka - kaa - kab - kg - ki - kj - kk - kl - km - kn - ko - kr - ks - ksh - ku - kv - kw - ky - la - lad - lb - lbe - lg - li - lij - lmo - ln - lo - lt - lv - map_bms - mdf - mg - mh - mi - mk - ml - mn - mo - mr - mt - mus - my - myv - mzn - na - nah - nap - nds - nds_nl - ne - new - ng - nl - nn - no - nov - nrm - nv - ny - oc - om - or - os - pa - pag - pam - pap - pdc - pi - pih - pl - pms - ps - pt - qu - quality - rm - rmy - rn - ro - roa_rup - roa_tara - ru - rw - sa - sah - sc - scn - sco - sd - se - sg - sh - si - simple - sk - sl - sm - sn - so - sr - srn - ss - st - stq - su - sv - sw - szl - ta - te - tet - tg - th - ti - tk - tl - tlh - tn - to - tpi - tr - ts - tt - tum - tw - ty - udm - ug - uk - ur - uz - ve - vec - vi - vls - vo - wa - war - wo - wuu - xal - xh - yi - yo - za - zea - zh - zh_classical - zh_min_nan - zh_yue - zu -

Static Wikipedia 2007 (no images)

aa - ab - af - ak - als - am - an - ang - ar - arc - as - ast - av - ay - az - ba - bar - bat_smg - bcl - be - be_x_old - bg - bh - bi - bm - bn - bo - bpy - br - bs - bug - bxr - ca - cbk_zam - cdo - ce - ceb - ch - cho - chr - chy - co - cr - crh - cs - csb - cu - cv - cy - da - de - diq - dsb - dv - dz - ee - el - eml - en - eo - es - et - eu - ext - fa - ff - fi - fiu_vro - fj - fo - fr - frp - fur - fy - ga - gan - gd - gl - glk - gn - got - gu - gv - ha - hak - haw - he - hi - hif - ho - hr - hsb - ht - hu - hy - hz - ia - id - ie - ig - ii - ik - ilo - io - is - it - iu - ja - jbo - jv - ka - kaa - kab - kg - ki - kj - kk - kl - km - kn - ko - kr - ks - ksh - ku - kv - kw - ky - la - lad - lb - lbe - lg - li - lij - lmo - ln - lo - lt - lv - map_bms - mdf - mg - mh - mi - mk - ml - mn - mo - mr - mt - mus - my - myv - mzn - na - nah - nap - nds - nds_nl - ne - new - ng - nl - nn - no - nov - nrm - nv - ny - oc - om - or - os - pa - pag - pam - pap - pdc - pi - pih - pl - pms - ps - pt - qu - quality - rm - rmy - rn - ro - roa_rup - roa_tara - ru - rw - sa - sah - sc - scn - sco - sd - se - sg - sh - si - simple - sk - sl - sm - sn - so - sr - srn - ss - st - stq - su - sv - sw - szl - ta - te - tet - tg - th - ti - tk - tl - tlh - tn - to - tpi - tr - ts - tt - tum - tw - ty - udm - ug - uk - ur - uz - ve - vec - vi - vls - vo - wa - war - wo - wuu - xal - xh - yi - yo - za - zea - zh - zh_classical - zh_min_nan - zh_yue - zu -

Static Wikipedia 2006 (no images)

aa - ab - af - ak - als - am - an - ang - ar - arc - as - ast - av - ay - az - ba - bar - bat_smg - bcl - be - be_x_old - bg - bh - bi - bm - bn - bo - bpy - br - bs - bug - bxr - ca - cbk_zam - cdo - ce - ceb - ch - cho - chr - chy - co - cr - crh - cs - csb - cu - cv - cy - da - de - diq - dsb - dv - dz - ee - el - eml - eo - es - et - eu - ext - fa - ff - fi - fiu_vro - fj - fo - fr - frp - fur - fy - ga - gan - gd - gl - glk - gn - got - gu - gv - ha - hak - haw - he - hi - hif - ho - hr - hsb - ht - hu - hy - hz - ia - id - ie - ig - ii - ik - ilo - io - is - it - iu - ja - jbo - jv - ka - kaa - kab - kg - ki - kj - kk - kl - km - kn - ko - kr - ks - ksh - ku - kv - kw - ky - la - lad - lb - lbe - lg - li - lij - lmo - ln - lo - lt - lv - map_bms - mdf - mg - mh - mi - mk - ml - mn - mo - mr - mt - mus - my - myv - mzn - na - nah - nap - nds - nds_nl - ne - new - ng - nl - nn - no - nov - nrm - nv - ny - oc - om - or - os - pa - pag - pam - pap - pdc - pi - pih - pl - pms - ps - pt - qu - quality - rm - rmy - rn - ro - roa_rup - roa_tara - ru - rw - sa - sah - sc - scn - sco - sd - se - sg - sh - si - simple - sk - sl - sm - sn - so - sr - srn - ss - st - stq - su - sv - sw - szl - ta - te - tet - tg - th - ti - tk - tl - tlh - tn - to - tpi - tr - ts - tt - tum - tw - ty - udm - ug - uk - ur - uz - ve - vec - vi - vls - vo - wa - war - wo - wuu - xal - xh - yi - yo - za - zea - zh - zh_classical - zh_min_nan - zh_yue - zu

span style="font-weight: bold;">Our
"Network":



Project Gutenberg

href="https://gutenberg.classicistranieri.com">https://gutenberg.classicistranieri.com



Encyclopaedia Britannica 1911

href="https://encyclopaediabritannica.classicistranieri.com">https://encyclopaediabritannica.classicistranieri.com



Librivox Audiobooks

href="https://librivox.classicistranieri.com">https://librivox.classicistranieri.com



Linux Distributions

https://old.classicistranieri.com



Magnatune (MP3 Music)

href="https://magnatune.classicistranieri.com">https://magnatune.classicistranieri.com



Static Wikipedia (June 2008)

href="https://wikipedia.classicistranieri.com">https://wikipedia.classicistranieri.com



Static Wikipedia (March 2008)

href="https://wikipedia2007.classicistranieri.com/mar2008/">https://wikipedia2007.classicistranieri.com/mar2008/



Static Wikipedia (2007)

href="https://wikipedia2007.classicistranieri.com">https://wikipedia2007.classicistranieri.com



Static Wikipedia (2006)

href="https://wikipedia2006.classicistranieri.com">https://wikipedia2006.classicistranieri.com



Liber Liber

href="https://liberliber.classicistranieri.com">https://liberliber.classicistranieri.com



ZIM Files for Kiwix

https://zim.classicistranieri.com





Other Websites:



Bach - Goldberg Variations

https://www.goldbergvariations.org



Lazarillo de Tormes

https://www.lazarillodetormes.org



Madame Bovary

https://www.madamebovary.org



Il Fu Mattia Pascal

https://www.mattiapascal.it



The Voice in the Desert

https://www.thevoiceinthedesert.org



Confessione d'un amore fascista

https://www.amorefascista.it



Malinverno

https://www.malinverno.org



Debito formativo

https://www.debitoformativo.it



Adina Spire

https://www.adinaspire.com




atOptions = { 'key' : 'e601ada261982ce717a58b61cd5b0eaa', 'format' : 'iframe', 'height' : 60, 'width' : 468, 'params' : {} };

Our "Network":

Project Gutenberg
https://gutenberg.classicistranieri.com

Encyclopaedia Britannica 1911
https://encyclopaediabritannica.classicistranieri.com

Librivox Audiobooks
https://librivox.classicistranieri.com

Linux Distributions
https://old.classicistranieri.com

Magnatune (MP3 Music)
https://magnatune.classicistranieri.com

Static Wikipedia (June 2008)
https://wikipedia.classicistranieri.com

Static Wikipedia (March 2008)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com/mar2008/

Static Wikipedia (2007)
https://wikipedia2007.classicistranieri.com

Static Wikipedia (2006)
https://wikipedia2006.classicistranieri.com

Liber Liber
https://liberliber.classicistranieri.com

ZIM Files for Kiwix
https://zim.classicistranieri.com


Other Websites:

Bach - Goldberg Variations
https://www.goldbergvariations.org

Lazarillo de Tormes
https://www.lazarillodetormes.org

Madame Bovary
https://www.madamebovary.org

Il Fu Mattia Pascal
https://www.mattiapascal.it

The Voice in the Desert
https://www.thevoiceinthedesert.org

Confessione d'un amore fascista
https://www.amorefascista.it

Malinverno
https://www.malinverno.org

Debito formativo
https://www.debitoformativo.it

Adina Spire
https://www.adinaspire.com