יידישע גראמאטיק
פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] כללים
- פונקטירונג - נקודות
- אפשטעל צייכנס - פסיקים און נקודות
- זאכווארט/סובסטאנטיוו - אדער ווי אין לשון קודש: שם עצם
- אדיעקטיוו - ווארט וואס ערקלערט א סובסטאנטיוו
- צייטווארט/ווערב -
- אדווערב - ווארט וואס ערקלערט א צייטווארט.
- פּראָפּאָרציאָנעלע-ווארט - מילת יחס
- זאץ- משפט
- וואקאבולאר - פועל
- פארבינדענע אידיאם
- ארטיקל (גראמאטיק)
- פרעפיקסן
[בעאַרבעטן] פערזענלעכע פראנאמען
נאָמינאַטיוו | אַקוזאַטיוו | דאַטיוו | |
1 יחיד (איינצאל) | איך | מיך | מיר |
2 יחיד (איינצאל היימיש) | דו | דיך | דיר |
3 יחיד זכר (איינצאל מענלעך) | ער | אים | אים |
3 יחיד נקבה (איינצאל ווייבלעך) | זי | זי | איר |
3 יחיד סתם (איינצאל נייטראל) | עס/ס'/סע | עס | - |
1 רבים (מערצאל) | מיר | אונז | אונז |
2 רבים (מערצאל, אויך איינצאל פֿארמאל) | איר | אייך | אייך |
3 רבים (מערצאל) | זיי | זיי | זיי |
לויט דעם דאַרף מען אַזוי זאָגן און שרײַבן:
- איך האָב דיך ליב
- איך קום צו דיר
- ברענג מיר אַ גלעזל טײ
- איך נעם דיך אַהײם
- איך האָב זי ליב (און נישט איך האָב איר ליב).
[בעאַרבעטן] אקטיוו און פאסיוו
עס זיינען דא 2 סארטן זאצן: אַקטיוו אונד פאַסיוו.
- אַקטיוו וואָקאַבולאַר איז א זאץ וואס באשרייבט דער טוער אדער די טוערס וו.צ.ב. דער זאץ: "זיי שרייבן ביכער".
- פאַסיוו וואָקאַבולאַר איז א זאץ וואס באשרייבט דאס געשעהעניש וו.צ.ב. דער זאץ: "די ביכער ווערן געשריבן".
[בעאַרבעטן] דאפעלט לשון
ווען א לאזונג טוט איבער'חזר'ן צוויי מאל א זאך.
קריאת שמע ליינען
מים אחרונים וואסער
א גוט יום טוב
[בעאַרבעטן] וו קעגן ב
אנדערשט ווי אין לשון הקודש נוצט מען דעם ב' בלויז ביי ב מיט א פינטל ווי B אבער ביי ב' אן א פינטל ווי V נוצט מען צוויי וו'ס.
[בעאַרבעטן] אַ געגליכן צו אַן
פאַר אַן "איינצאל זאך-ווארט", ווען דאס זאך-ווארט הייבט זיך אָן מיט אַ קאָנסאָנאַט, שרייבט מען אַ (אָן אַ נו"ן), און ווען עס הייבט זיך אן מיט א וואקאל, שרייבט מען אַן (ענדליך ווי ביי ענגליש).
[בעאַרבעטן] מעגן געגליכן צו טארן
מען ניצט מעגן ביי א פאזעטיוו זאץ און נישט טארן ביי א נעגעטיוו זאץ.
[בעאַרבעטן] קורצטע ווערטער
- אויף דעם - אויפן
- אונטער דעם - אונטערן
- איבער דעם - איבערן
- אין דעם - אינעם
- ביז דעם - ביזן
- ביי דעם - ביים
- נאך דעם - נאכן
- פאר דעם - פארן
- פון דעם - פונעם
- צו דעם - צום
[בעאַרבעטן] קירצונגען פאר ווערטערבוך
- אדוו. - אדווערב (תואר הפועל)
- אדי. - אדיעקטיוו (שם תואר)
- וו - ווערב (פועל)
- בינדװ. בינד ווארט (מילת חיבור)
- מ"צ - מערצאל (רבים)
- פּרעפּ. - פרעפיקס (מילת יחס)
- צ"וו - צאל ווארט (שם מספר)
- פּאַרט. - פארטיקל (מילית)
- פּראָנ. - פרא נאמען (כינוי השם)
- דער - לשון זכר
- די לשון נקבה
- דאס נייטראלער
[בעאַרבעטן] איינער איינע איינס
- זעט דעם הויפּט ארטיקל – יידישע גראמאטיק/איינער איינע איינס