יונתן שווארץ
פֿון װיקיפּעדיע
יונתן שווארץ איז א זינגער אין דער חסידישער וועלט, ער זינגט און בדחן'ט אויף פילע חסידישע חתונות און צוזאמענקומען.
ער איז איבערהויפט באקאנט מיט זיינע קאסעטן וואס ער גיט ארויס אונטערן נאמען א גוטער.
- א גוטער איד
- א גוטע וואך
- א גוטן שבת
- א גוטע בשורה
- אין א גוטער שעה
ער האט א געשעפט אין בארא פארק, ברוקלין, ניו יארק ווי ער פארקויפט אלע סארט סי. דיס.
זיינע נינוגים זענען מער צום חסידישן געשמאק, אלע זיינע טעיפס זענען תוכן'פולע טעיפס, ער פארצייילט מעשיות און השקפות מיט גראמען, ער נעמט באקאנטע חסידישע ניגונים און לייגט דערויף ארויף ווערטער און גראמען. ער איז דערמיט אנדערש פון אנדערע זינגערס וואס זינגען בדרך כלל פסוקים און מאמרי חז"ל, און אין דערמיט האבן זיי איין אבער צוויי אידישע גראמען מעשיות.