טשערנאבל
פֿון װיקיפּעדיע
טשערנאבל (אוקראיניש: Чорнобиль, רוסיש: Чернобыль) ) איז אמאל געווען א שטאט אין קיעווער אבלאסט, צפון אוקראינע, נישט ווייט פונעם גרענעץ מיט בעלארוס. צוליב דעם אומגלוק מיטן קראפט פלאנט אין 1986 קענען מענטשן נישט וואוינען אין טשערנאבל. טשערנאבל איז ווייט 22 ק"מ צפון פון הארנסטייפל, 57 ק"מ דרום פון בראהין און 95 ק"מ צפון-מערב פון קיעוו. 51°16′N, 30°13′E
די שטאט איז געגרינדעט אין 1193. אין יאר תר"ס האבן געוואוינט אין טשערנאבל 5,526 יידן.[1]
הרה"צ מנחם נחום טווערסקי האט אויפגעשטעלט א הויף אין טשערנאבל.