חשמונאים
פֿון װיקיפּעדיע
די חשמונאים זענען געווען די קינדער אוו אייניקלעך פון מתתיהו הכהן וואס האבן געפירט די רעוואלוציע קעגן די סעלוקן אין דער צייט פונעם בית שני, נאכער זענען זיי געווען די כהנים גדולים און קעניגן, ביז צו דער צייט פונעם לעצטן קעניג פון דעם הויז פון חשמונאים, אנטיגנוס דער צווייטער, וואס איז געשטארבן אין יאר ג'תשכ"ד. דאס איז געווען א תקופה ווען דאס לאנד פון יהודה איז געווען זעלבשטענדיג. פון צייט צו צייט איז די מלוכה געווען גאר שטארק. צום סוף האט דער קעניג הורדוס, וואס די רוימן האבן איינגעשטעלט, אויסגעהרג'ט אלע איבערגעבליבענע חשמונאים.
נאכדעם ווען זיי האבן געזיגט די יוונים (די סעלוקן) האבן חז"ל מתקן געווען חנוכה.