חמשה עשר באב
פֿון װיקיפּעדיע
חמשה עשר באב איז דער פופצנטער טאג אין חודש אב, וואס פלעג אמאל זיין א גרויסער יו"ט ביי יידן.
אין דער משנה סוף מסכת תענית, שטייט אזוי:
מוסטער:ציטיר
די משנה פארציילט אז יידישע מיידלעך האבן אויסגעניצט די געלעגנהייט פון דער יום־טוב צו גיין טאנצן אין די וויינגארטנס בכדי אויסצוזוכן א פאסיגן חתן. כדי נישט צו פארשעמן די מיידלעך פון ארימע משפחות פלעגן אלע גיין נאר אין געבארגטע קליידער.
חז"ל רעכענען אויס זעקס טעמים פארוואס חמשה עשר באב איז א יום־טוב.
[בעאַרבעטן] היינטיקע צייטן
היינטיקע טעג איז חמשה עשר באב קענטלעך בעיקר אז מ'זאגט נישט קיין תחנון ביים דאווענען.
טייל מענטשן האלטן אז ס'איז א געלונגענער טאג צו מאכן א חתונה.