וויסנשאפט מוזיי
פֿון װיקיפּעדיע
די וויסנשאפט מוזיי אין דער אויסשטעלונג גאס, דרום קענזינגטאן, אין לאנדאן, ענגלאנד, איז א טייל פון דער נאציאנאלער מוזיי פאר וויסנשאפט און אינדוסטריע. די מוזיי איז פון די הויפט טוריסטן אטראקציעס אין לאנדאן.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] אנפאנג
די מוזיי איז געגרינדעט אין יאר 1857 דורך בענעט וואודקראפט פון דער זאמלונג פון דער קעניגלעכער חברה פון קונסט און פון איבעריגע זאכן פון דער גרויסער אויסשטעלונג. די מוזיי איז געווען ארגינעל א טייל פון דער דרום קענזינגטאן מוזיי. אין 1893 האט מען ממנה געווען א באזונדערן דירעקטאר פון די וויסנשאפט זאמלונגעאן. אין 1899 האט די מלכה וויקאטאריע, בשעת'ן לייגן די אבן הפינה פון די נייע בנינים פון דער מוזיי, געהייסן ענדערן דעם נאמען פון דער מוזיי אויף וויקטאריע און אלבערט מוזיי. אין 1909 האט מען אפיציעל צעטיילט די וויסנשאפט זאמלונגען מיטן נאמען וויסנשאפט מוזיי [1].
[בעאַרבעטן] זאמלונגען
[בעאַרבעטן] גאלעריעס
די מוזיי האט עטלעכע גאלעריעס, טייל פון זיי פערמאנענט, טייל צייטווייליג.