קאַטעגאָריע:אקטועלע ארטיקלן
פֿון װיקיפּעדיע
- איבונגען מיינט לויפן, שפּאַצירן, און הייבן שווערע וואָג, האַלט די מוסקעלן פונעם קערפער אויפגעפרישט און אַקטיוו צו לעבן לאַנג און געזונט. ...(זעה פולע ארטיקל)
- קאמוניזם, טייטש: א טעאריע און סיסטעם פון סאציאלע און פאליטישע ארגאניזאציע וועלכע איז געווען א הויפט קראפט אין וועלטליכע פאליטיק פאר רוב יארן אינעם 20'טן יאר-הונדערט. אלס א פאליטישע באוועגונג האט קאמוניזם געזוכט אונטערצואווארפן קאפיטאליזם דורך אן ארבייטערס רעוואלוציע און איינשטעלן א סיסטעם אין וועלכע פראפערטי איז די אייגנשאפט פון א גאנצע באפעלקערונג אינאיינעם אנשטאט אינדיווידועלן. ...(זעה פולע ארטיקל)
- אלבערט איינשטיין - איז געווען א אידישער פיזיקער און מאטעמאטיקער וואס איז מערסט באקאנט פאר זיין ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט. אין יאר ה'תרפ"א ; 1921 איז ער באלוינט געווארן מיט'ן נאבעל באלוינונג פאר פיזיקס....(זעה פולע ארטיקל)
- אידישער לוח איז א יערליכע קאלענדאר וואס האט אין זיך די טעג, מאנאטן און יאר, ווי אויך די פרשת השבוע און ימים טובים. עס קען אויך האבן אין זיך יארצייטן, דף היומי, חק, און אנדערע טעגליכע באזירטע שיעורים....(זעה פולע ארטיקל)
- הארץ אטאקע איז אַן אַקוטע אינפֿאַרקציע פֿון מיִאָקאַרדיום (AMI אָדער, מער געוויינטלעך צווישן דאָקטוירים, MI) איז אַן ערנצטע, פּלוצעמדיקע האַרצקרענק וואָס איז כּולל פֿאַרשיידענע ניוואָען ברוסטווייטיק אָדער אומבאַקוועמקייט, שוואַכקייט, שוויצן, ניט־גוטקייט, ברעכן און קרומע האַרצריטמען, און דערפֿירט טייל מאָל צום פֿאַרלירן די באַוווּסטזײַן.....(זעה פולע ארטיקל)
- דער פיטאַגאָראַס פּרינציפּ איז א געאומעטרישע כלל וועלכער איז געווארן באקאנט געמאכט דורך דעם גריכישער פילאזאף און מאטעמאטיקער פיטאגאראס. דער כלל לערנט אז ביי יעדן רעכטווינקל דריי-עקן, וועט די שטח פון א פערפעקטן קעסטל אויפ'ן היפאטעניוס (דער שיפער חלק אנטקעגן דעם רעכטווינקל) זיין גלייך ווי די סומע פון ביידע קעסטלעך פון די אנדערע צוויי זייטן. ...(זעה פולע ארטיקל)
- פלארעליזם איז א געדאנק פון פארנעמען און דולדן דעם אנדערן - זיינע מיינונגען, לעבנסשטייגער, סטיל, אפשטאם, קאליר הויט, אא"וו. אין א פאליטישע דעמאקראטישע געדאנק מיינט דאס צו ערלויבן די בירגער זיך צוזאמנעמען אין גרופעס צו אלטן מיט איין שניט, און ערלויבט זיי אויסדרוקן זייערע געדאנקען מיט אויפשטעלן פארשידענע ארגאניזאציעס.......(זעה פולע ארטיקל)
- אדוניהו איז געווען דער פערטער זון פון דוד המלך און חגית. ווען דוד המלך איז געווען זייער אלט, האָט אדוניהו געוואלט איבערנעמען דעם קעניגרייך פון דוד (אדוניהו איז דעמאלט געווען א בן-בכור נאך וואס זיינע 3 עלטערע ברידער זיינען געשטארבן).......(זעה פולע ארטיקל)
- ד"ר מרדכי שעכטער (2007-1927), דער דריטער רעדאַקטאָר פֿון אױפֿן שװעל (1957־2004), איז אַ באַװוּסטער ייִדיש־לינגװיסט, ־שרײַבער, און ־לערער. ער איז געבױרן געװאָרן אין טשערנעװיץ (דעמאָלט רומעניע) אין 1927 און האָט געקראָגן זײַן דאָקטאָראַט אין לינגװיסטיק פֿון װינער אוניװערסיטעט אין 1951. פֿון דעמאָלט אָן װױנט ער אין אַמעריקע. ער האָט פֿון 1972 געלערנט ייִדיש אין קאָלאָמביע־אוניװערסיטעט אין ניו־יאָרק און, פֿון 1981 ביז ער איז אַרױס אױף פּענסיע אין די סוף 80ער יאָרן, איז ער דאָרט געװען דער עלטערער לעקטאָר אין ייִדיש־לימודים .ער האָט געלערנט שפּראַך אין דער אוריעל װײַנרײַך־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור בײַם ייִדישן װיסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט — ייִװאָ און קאָלאָמביע־אוניװערסיטעט פֿון איר אָנהײב אין 1968 ביז 2002. ער האָט אױך געלײענט ייִדיש־קורסן אין ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר (1960־1962), אין ייִדישן לערער סעמינאַר/הרצליה (1962־1978), און אין ישיבֿה־אוניװערסיטעט (1968־1973). ...(זעה פולע ארטיקל)
(ענדערן)
|}
אַרטיקלען אין קאַטעגאָריע "אקטועלע ארטיקלן"
די קאטעגאריע האט די פֿאלגנדע 2 בלעטער, פֿון 2 אינגאנצן.