אינטערפרעטאציע
פֿון װיקיפּעדיע
א דאלמעטשער איז עמיצער וואס פארשטייט און רעדט עטליכע שפראכען, און ווערט באנוצט אלץ אן איבערטייטשער פון איין שפראך צום צווייטען.
מיר געפונען שוין אין די תורה אין פרשת מקץ 'והם לא ידעו כי שומע יוסף כי המליץ בינותם', און רש"י ברענגט אז דאס איז געווען מנשה בן יוסף.
א בית דין טאר נישט אויסהערן טענות פון א "מתורגמן" [דאלמעטשער], נאר אויב עס איז נישט דא קיין אנדערע ברירה.
דער וואס טייטשט איבער ספרים הייסט א איבערזעצער.