אילטיס
פֿון װיקיפּעדיע
דער אילטיס (Mustela putorius) איז א חיה (פון דער משפחה Mustelidae) וואס איז א קרוב צו דער ווידרע, דעם וויזל און דעם מינק. זיי זענען טונקל ברוין מיט א העלער מאסקע איבערן פנים, בלאסן געל פעלץ אונטער דעם קערפער, א לאנגען וויידל און קורצע פיס. זיי זענען א ביסל גרעסער ווי וויזלען, מיט א געוויכט פון 0.7 ק"ג (נקבות) און 1.7 ק"ג (זכרים). מען געפינט אילטיסן אין אלע אייראפעישע לענדער.