אידיאם
פֿון װיקיפּעדיע
אידיאָם איז אן אויסדרוק (טערמין, פראזע) וואס פארבינדט צוויי אדער מער ווערטער צוזאַם, און באקומט א געוויסע אייגענארטיקער באדייט, וואס סתם אזוי איז די ווערטער פאר זיך נישט די ריכטיגע באַדייט. וו.צ.ב. "דריי נישט קיין קאָפ", כאטש וואס דער ריכטיגער טייטש איז נישט צו דרייען פיזיש די קאפף, וועט אבער א סתם אידיש ווארט קענער נישט וויסן דעם באדייט פון דעם, ער וועט ווערן צומישט און פרעגן וואסארא קאפ מען רעדט דא. נאר איינער וואס קען שוין אידישע אידיאמען קען דאס פארשטיין די ריכטיגע מיינונג. סתם אן אידיש קענער מיינט נאך נישט אז ער קען די אידיאמען געוויינליך איז דאס בלויז ווען מ'באנוצט זיך טעגליך מיטן שפראך.
אין לינגוויסטיקס, זענען אידיאמען באטראכט פיל מאל אלס פיגורן פון שפראך וואס איז זיך סותר מיט די פרינציפען פונעם קאמאפאזיציעלאגיע פון שפראך.
אידיאמען קענען פארמישן תלמידים פון שפראך, און סטודענטן מוזן זיך אויך לערנען די אידיאמען פונקט ווי די אנדערע וואקאבולאר פון א שפראך, פאקטיש זענען פיל נאטורליכע ווערטער פון שפראכן געבוירן פון אידיאמישע ארגינעלע ווערטער, און זענען מיט די צייט געווארן איינגעגעסן אינעם שפראך אלס א יסוד ווארט וואס איר פיגור'טיוון מיינונג דערקענט זיך נישט מער.