אהרן טווערסקי פון טשערנאביל
פֿון װיקיפּעדיע
הר"ר אהרן טווערסקי פון טשערנאביל (טשערנאביל, ה'תקמ"ד - ח' כסלו, ה'תרל"ב) איז געווען דער טשערנאבילער רבי נאך דער פטירה פון זיין פאטער, ר' מאטעלע טשערנאבילער.
ער איז געבוירן אין טשערנאביל, דער בכור פון זיין פאטער און זיין מוטער, א טאכטער פון דעם גרויסן ר' אהרן פון קארלין.
[בעאַרבעטן] משפחה
ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון הר"ר גדליה ליניץ, מחבר פון „תשואות חן". פון איר האט ער געהאט צוויי טעכטער.
- חיה שרה, האט חתונה געהאט מיט ר' ישראל, א זון פון ר' יצחק אייזיק פון דובראוונא, און אן אייניקל פון ר' נחמן מברסלב. זייער זון איז געווען ר' גדליה פון מאלין.
- שפעטער איז זי געווארן דאס ווייב פון ר' שלמה פון לודמיר.
- פערל; זי האט חתונה געהאט מיט ר' יצחק פון בערעזנא.
צום זיווג שני איז ר' אהרן חתונה געהאט מיט סימא חישא (אפשר די אלמנה פון ר' ברוך מעזשביזשער) די טאכטער פון ר' אהרן טיטעווער.[1] (לויט אן אנדער נוסח איז ער געווארן אן איידעם ביי ר' צבי פון קאריסטשאוו, דער שווער פון ר' אהרן טיטעווער.[2] פון זיין זיווג שני האט ער געהאט דריי זין און א טאכטער:
- מנחם נחום
- ישעיה משולם זושא
- ברוך אשר
- פייגל, ווייב פון הר"ר דוד משה פון טשארטקאוו
[בעאַרבעטן] רעביסטעווע
ער אנגעהויבן צו פירן א רעביסטעווע שוין אלס יונגערמאן, לויטן באפעל פון זיין פאטער. ער האט באקומען סמיכה פון ר' ברוך מעזשביזשער.