שאך (שפיל)
פֿון װיקיפּעדיע
שאך (אדער שאך מאַט) איז זייער אן אלטע סטראטעגי טאוול טיש שפיל וואס ווערט געשפילט מיט צוויי מענטשן.
די שפיל איז געבויעט קעסטלדיג מיט 64 קוואַדראַטן און 8 ליניעס. יעדער שפילער האט 16 חלקים איינער שווארצע און איינער ווייסע: 8 סאלדאטן, 1 קעניג, 1 מלכה, 2 טורעמס, 2 לויפערס און צוויי פערדן.
די ראשונים פלעגן דאס אנרופן "משחק השקאקיא". (עס איז פאראן א פאעטישער פיוט פונעם חוקר ר' אברהם בן מאיר בן עזרא, בעל אבן עזרא איבער דעם שאך שפיל)
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] ספעציעלע גאנגן
עס זענען דא ספעציעלע גאנגן אין דעם שפיל.
- ען פאסענט, דאס איז ווען א סאלדאט שטייט אין א קעסטעל די פערטע רייע פון קעגנער און די קעגנער ברענגט ארויס זיינס א סאלדאט וואס ווען ער ברענגט דאס איין טריט קען מען אים אראפנעמען, גייט ער און ער ברענגט דאס צוויי טריט, דאן אויף יענער גאנג קען ער דאס אראפנעמען אזוי ווי ער וואלט נאר געגאנגן איין טריט.
- גאפל (FORK), דאס איז ווען מען סטראשעט צוויי שטיקלעך אויף איינמאל פון קעגנער אין אזא וועג אז ער קען גארנישט טאן, למשל אז איינס פון די וואס ווערן געסטראשעט איז די קעניג און דער שטיקל וואס סטראשעט איז באשיצט, און עס סטראשעט נאך א שטיקל ווי למשל די מלכה, דאן הייסט דאס א גאפל ווייל דער קעגנער קען זיכער פארלירן די מלכה (חוץ אויב די שפילער האט אנדערע חשבונות).
- אראפשטעלן (PIN), דאס איז ווען מען סטראשעט א שטיקל וואס אויב דער קעגנער וועט ריקען דעם שטיקל וועט א שטיקעל וואס איז מער ווערט אראפגענומען ווערן. ווי למשל אויב א פערדל איז אין די זעלבע רייע פון די קעניג, און די מלכה צילט אויפן זעלבן רייע, דאן איז די פערדל אראפגעשטעלט.
[בעאַרבעטן] ווערט פון די שטיקלעך
עס איז דא אומאפציעלע פונקטן פאר א יעדע שטיקל, וואס לויט דעם קען מען בויען א סטראטעגיע וואס לוינט זיך פארלירן פארוואס.
- א סאלדאט איז ווערט 1 פונקט
- א טורעם 5 פונקטן
- א לויפער 3 פונקטן
- א פערדל 3 פונקטן
- א קעניגען 10 פונקטן
די קעניג האט נישט קיין נומער וויבאלד די שפיל ענדיגט זיך אהן אים.
לויט די חשבון קומט אויס אז אויב פארלירט איינער א טורעם מיט א פערדל און א לויפער פאר די קעגנערס מלכה, האט דער וואס האט פארלוירן די מלכה מער ווערטפולע שטיקלאך. אויך צו פארלירן ביידע טורעמעס פאר יענעם'ס מלכה איז די זעלבע זאך ווי פארלירן די מלכה. פארשטייט זיך אז דאס אלעס ווענדט זיך לויט די כשרונות פון די שפילערס.
[בעאַרבעטן] היסטאריע
פונקטלעך ווען די שפיל איז פארפאסט געווארען איז נישט באוויסט אבער עקספערטען נעמען אן אז עס שטאמט פון כינע אינדיע געגענט אן ערך פון פופצין הונדערט יאר צוריק - אבער דער שפיל האט אנגעהויבען צובאקומען איר באוויסטהייט אין אייראפע אונם אכטצען יאר הונדערט נאכדעם וואס די מארינס פון פרס האבן אינוועדירט שפאניע.
[בעאַרבעטן] באוויסטע שפילערס
[בעאַרבעטן] שאך און די אידען