קאפיטאליזם
פֿון װיקיפּעדיע
קאפיטעליזם איז א פאליטישע מעטאד וואס באגרעניצט דעם רעגירונג פון זיך אריינמישן אין די עקאנאמיע און סאציעלאגיע פון די בירגער און לאזן א פרייע מארקעט. לויט די מעטאד, האט יעדער בירגער א זכות צו אנפירן זיין פארמעגן אויף א פאל אז די רעגירונג זאל זיך נישט מישן אין זיין פארמעגן צוליב עקאנאמישע אדער סאציאליסטישע סיבות. די מעטאד האט זיך אנטוויקלט אין אייראפע צווישן די 16טע י"ה צו די 19טע י"ה.
דער ווארט "קאפיטאל" שטאמט פון לאטיניש וואס מיינט "הויפט". דער ווארט האט קארל מארקס אריינגעבריינגט אלס א נעגעטיוו-ווארט, אבער עס איז שפעטער אנגענומען געווארן אויך ביי די קאפיטעליסטן.
ליבעראליזם איז פרא קאפיטאליזם. אבער סאציעליזם, נאציזם, פאשיזם, אנארכיזם, קאמוניזם און סאציאל דעמאקראטיע זיינען אנטי קאפיטעליזם.
אין יאר ה'תרפ"ט נאך די וועלט ווירטשאפט קריזיס וואס האט פאסירט צוליב די קאפיטאליזם וואס האט געהערשט אין USA, האט דער 32סטער USA פרעזידענט, פרענקלין דעלאנאו רוזעוועלט, איינגעפירט די נייע ארדענונג.