פלאנעט
פֿון װיקיפּעדיע
א פלאנעט (פון גריכיש Πλανήτης, "וואנדערער") איז דעפינירט דורכן אינטערנאציאנאלן אסטראנאמישן פארבאנד (IAU) אזוי:
א הימלישער קערפער, אין דער זון סיסטעם[1],
- (א) ארביטירט ארום דער זון;
- (ב) זיין מאסע איז גענוג גרויס אז עס איז קיילעכדיג פון דער אייגענער כח המשיכה;
- (ג) ער רוימט אוועק פון זיין אָרביט אנדערע קערפערלעך;
אדער דרויסן פון דער זון סיסטעם[2],
- (1) געפינט זיך אין אן ארביט ארום א שטערן אדער דער רעשט פון א שטערן;
- (2) זיין מאסע איז צו קליין צו שאפן א קערנשמעלצונג;
- (3) זיין מאסע איז גענוג גרויס צו זיין א פלאנעט אין אונזער זון סיסטעם;
די דעפיניציע פון א פלאנעט אין דער זון סיסטעם איז הערשט אנגענומען געווארן אום 2006, אבער די דעפיניציע פון א פלאנעט מחוץ דער זון סיסטעם איז שוין אנגענומען געווארן אום 2003.
לויט די היינטיגע דעפיניציעס זענען דא אין דער זון סיסטעם 3 ערליי קערפער:
- פלאנעטן;
- קארליק פלאנעטן;
- קליינע קערפער אין דער זון סיסטעם (אסטערוידן, קאמעט, א.א.וו.);
די 8 פלאנעטן זענען: פיר ערדישע פלאנעטן מערקור, ווענוס, ערד פלאנעט, מאדים, און פיר גאז ריזן יופיטער, שבתאי, אוראנוס און נעפטון - די לעצטע צוויי רופט מען אייז ריזן.
[בעאַרבעטן] זעט אויך
[בעאַרבעטן] רעפערענצן
- ↑ אלגעמיינע אסיפה פון דעם אינטערנאציאנאלן אסטראנאמישן פארבאנד – אויגוסט 2006: רעזולטאט פון דער אפשטימונג - IAU אוגוסט 2006. (אויף ענגליש)
- ↑ ארבעט גרופע אין עבודה וועגן פלאנעטן מחוץ דער זון סיסטעם (WGESP) פון דעם - IAU פעברואר 2001, צוריקבאקומען מיי 2006. (אויף ענגליש)
די זון סיסטעם
|
---|
די זון · מערקור · ווענוס · ערד · מאדים · צערעס · יופיטער · סאטורן · אוראנוס · נעפטון · פלוטאן · עריס |
פלאנעטן · קארליק פלאנעטן · לבנות: Terran · Martian · Asteroidal · Jovian · Saturnian · Uranian · Neptunian · Plutonian · Eridian |
SSSBs: מעטעארוידן· אסטערוידן (אסטערויד פאס) · Centaurs · TNOs (קופער פאס/Scattered disc) · קאמעטן (אורט וואלקן) |
See also astronomical objects and the solar system's list of objects, sorted by radius or mass. |
רשימה פֿון פּלאַנעטן |