ישראל אלתר
פֿון װיקיפּעדיע
הרב ישראל אלטער (כ"ה תשרי ה'תרנ"ו 1895 - ב' אדר ה'תשל"ז 1977) איז געוועזן גערער רבי פֿון ה'תש"ח (1948) ביז ה'תשל"ז (1977). זײַנע תורות זענען געדרוקט אין דעם ספר 'בית ישראל'.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] לעבענס געשיכטע
ער איז געבוירן אין שטעטל גער, פוילן, כ"ה תשרי תרנ"ו (1895) צו זײַן פֿאטער דעם „אמרי אמת" און זיין מאמע ראדע יהודית ווען זײַן זיידע דער „שפת אמת" האט נאך געלעבט. ער האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון זייו פעטער הרב יעקב מאיר בידערמן, מיט וועמען ער האט געהאט צווי קינדער. די רביצין מיט אירע קינדער און אייניקלעך זענען אומגעקומען אין דעם חורבן אייראפע.
ווען דער "אמרי אמת" איז אוועק האבן גערער חסידים אויפֿגענומען עם אלס רבי.
[בעאַרבעטן] זײַן ארבעט פֿארן ברייטערן צבור
במשך די יארן תש"ח - תשל"ז, ווען דער רבי ישראל האט געפֿירט די גערער רעביסטיווע, האט ער אײַנגעפֿירט עטליכע תקנות.
די תורות וואס ער האט געזאגט בײַ טישן א.ד.ג. זענען געדרוקט אין בית ישראל (זקס בענדער).
[בעאַרבעטן] צום ליינען
- פאר ישראל, הרב אהרן סוראסקי צוזאמען מיט הרב ברוך ווידיסלאווסקי, תשס"ב (דרײַ בענדער)
פֿריערער: הרב אברהם מרדכי אלטער "אמרי אמת" |
דער גערער רבי תש"ח - תשל"ז |
נעקסטער: הרב שמחה בונים אלתר "לב שמחה" |