היץ
פֿון װיקיפּעדיע
היץ איז א פארם פון קראפט/ענערגיע וואס האט צוטאן מיט די לויפן פון אטאמען - אדער אנדערע באשטאנדטיילען וואס פארמירען זאכן - אין א זאך.
- היץ ווערט אויך אנגערופען ענערגיע אין וועג.
- מען קען מאכן היץ דורך די פאלגענדע וועגן:
- מען קען אריבערפירען היץ פון איין פלאץ/זאך צו צווייטען דורך:
- רעדיאציע.
- קאנדאקטארס.
- קאנוועקציע
- טעמפארטור איז א וועג פון מעסטען ענערגיע וואס א זאך גיבט אויף דורך היץ.
היץ קען נאר אריבער גיין פון איין זאך צו א צווייטע, אדער אין די זעלבע זאך, אויב עס איז דא אן אנדער טעמפארטור.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] היסטאריע
דער ערשטער צו מאכן א עסק פון היץ איז געווען דער גריכישע פארשער העראקליטוס אין 500 BCE. ער האט געטענה'עט אז די דריי עיקר פאנדומענטן אין א זאך זענען: פייער, וואסער, און ערד. אבער די פייער איז דאס וואס פירט און טוישט אלעס. דורך אויס די אלע יארן פון דאן זענען געווען נאך אסאך פארשער און פילאסיפער וואס האבן צוגעלייגט נאך און נאך צו די זאך פון היץ. אין די 1900 יארן מיט די ערפינדונגען פון די אטאם באמבע איז ווען מען האט אנגעהויבן האבן א מער קלארע פארשטאנד איבער היץ.
[בעאַרבעטן] פאקטן וועגן היץ
היץ ווערט געווענליך געניצט אויף צו רעדן וועגן זאכן וואס זענען ווארעם אדער קאלט. טעמפארטור איז וואס מען מעסט קאלט און ווארעם, אבער היץ איז וואס ווייזט אויף די אינערליכע ענערגיע וואס איז אריבערגעגאנגן פון איין זאך צו א צווייטע (אדער אין די זעלבע זאך פון איין פלאץ צום צווייטען) וועגן א צווישעןשייד אין טעמפארטור.
היץ וועט אריבער גיין פון איין זאך צו צווייטען ווען די צוויי זאכן זענען נישט היץ גלייך, און גייט פון הויכע טעמפארטור צו נידריגע טעמפארטור ביז ווען ביידע זענען היץ גלייך.
א יעדע זאך וואס פארנעמט פלאץ האט אין זיך אינערליכע ענערגיע, דאס האט צו טאן מיט די אינערליכע געדרייעכטץ פון די אטאםס. ווען צוויי קערפערשאפטס וואס רירען זיך אהן אין א וועג וואס זיי קענען אריבערפירן היץ, און די אינערליכע ענערגיע צווישען די צוויי זאכן זענען נישט גלייך, וועלן זיי אריבערפירן אינערליכע ענערגיע פון איין צו צווייטען ביז זיי וועלן האבן די זעלבע מאס אינערליכע ענערגיע, און דערפאר די זעלבע טעמפארטור. היץ איז טייטש די ארבייט וואס די צוויי האבן געטאן אויף אריבערציפירען די ענערגיע און טוישען די טעמפארטור.
די קאכן פונקט פון וואסער ביי די ים פלאך און געהעריגע אטמאספער לופט דרוק, וועט אלעמאל זייל פונקטליך 100 דעגרי סעלסיולס. נישט קיין חילוק וויפול היץ מען לייגט צו, די איבריגע היץ וועט נאר געניצט ווערן צו טוישן פון וואסער אויף פארע. די היץ איז דערפאר באהאלטען (וויבאלד די טעמפארטור גייט נישט ארויף) און ווערט דערפאר אנגערופען באהאלטענע היץ (LATENT HEAT). באהאלטענע היץ איז די היץ פער זאך מאסען וואס פעלט אויס צו טוישען די מצב פון א זאך.
[בעאַרבעטן] היץ אריבערפירן
היץ גייט אריבער פון א זאך אדער פלאץ אין א זאך צוליב דעם וואס די טעמפארטור איז נישט גלייך, עס זענען פארהאן צוויי וועגן ווי אזוי דאס גייט אריבער (אדער פארשפרייט זיך), אדער דורך קאנדאקציע, אדער דורך רעדיאציע. ווען היץ גייט אריבער דורך קאנדאקטיוו מאטריאל וואס איז אויס געמישט מיט די וועג ווי אזוי פליסיגס פליסט דאן הייסט דאס קאנוועקציע. און אזוי ארום איז דא דריי וועגן ווי אזוי היץ פארשפרייט זיך.
[בעאַרבעטן] קאנדאקציע
קאנדאקציע איז די מערסטע טרעפענדיג וועג ווי אזוי ענערגיע (היץ) גייט אריבער אין א סאלידע זאך, דאס געשעהט דורך דעם וואס די אטאם'ס אדער מאלעקיולס אין די זאך שאקלען זיך און אקטיוו מיט די שכינותדיגע אטאם'ס אדער מאלעקיולס. אין מאטריאלן וואס ווערן נישט אנגערופן קאנדאקטארס (ווי למשל האלץ) נאר זיי זענען אינסאלאטרס דאן ווערט די היץ פארשפרייט דורך פאנאן ציטערן.
אין סאליד מאטריאלן וואס זענען קאנדאקטארס אזוי ווי אייזען, דאן ווערט כמעט 100% פון די היץ אריבערגעפירט דורך עלעקטראן פליסיגקייט אין די סאליד, און כמעט גארנישט פון די היץ ווערט פארלוירן צו פאנאן, נאר בערך 1% ווערט געניצט דורך פאנאן היץ. עלעקטראן'ס זענען אויך דאס וואס פירט אריבער (קאנדאקט) עלעקטריק דורך אייזען, א גוטע קאנדאקטאר ווי קופער פירט אריבער זייער גוט (גוט מיינענדיג אז כמעט גארנישט ווערט פארלוירן) סיי עלעקטריק, און סיי היץ.
[בעאַרבעטן] קאנוועקציע
קאנוועקציע איז די עיקר וועג פון אריבער פירען היץ דורך פליסיגס (LIQUID) און לופט (GASES), דאס קומט פון דעם וואס עס איז דא צווי זאכן וואס מאכן אז די היץ זאל זיך פארשפרייטן.
איינס אז די היץ פארשפרייט זיך דורך דא קאנדאקטיוו טייל פון די פליסיגס אדער גאז, די צווייטע דורך דעם וואס די מאטריאל (למשל וואסער) מישט זיך אויס איין פלאץ מיטן צווייטן, און די קעלטערע טיילן וואסער פארמישן זיך מיט די הייסערע טיילן וואסער. למשל ווען מען קאכט אויף א קעסל וואסער, וועט די אונטערשטע טייל וואסער וואס איז אסאך הייסער ארויףקומען העכער אין קעסעל ווי די קעלטערע וואסער איז או אזוי ארום אריבערפירען די היץ פון אונטען אויף אויבען.
[בעאַרבעטן] רעדיאציע
רעדיאציע איז די איינציגסטע וועג ווי אזוי היץ קען אריבערגיין אנע דעם וואס עס זאל זיין עפעס א ממשות וואס זאל דאס אריבערפירן (אפילו נישט קיין גאז/לופט), און איז דערפאר די איינציגסטע וועג ווי אזוי היץ קען אריבערגיין א וואקיום.
דאס געשענט דורך דעם וואס די אטאם'ס און מאלעקיולס אין א זאך רוקען זיך כסדר, און זענען צוזאמען געשטעלט פון זאכן וואס האבן אין זיך א כח (ווי פראטאנס און עלעקטראן'ס) זייער זיך רוקען מאכט אז עס זאל ארויס רינען רעדיאציע, וואס טראגט אוועק ענערגיע פון די זאך. אין דער זעלבער צייט איז אויך דא רעדיאציע וואס קומט כסדר צו צו די זאך. וואס דאס מאכט אז עס זאל אריבערגעפירט ווערן ענערגיע, ווי הייסער די זאך איז, און וויבלאד היץ גייט אלעמאל צו די נידריגע טעמפארטור, מער רעדיאציע רינט ארויס און דערפאר מער היץ גייט אריבער.
געווענליך די מערהייט פון די היץ וואס גייט אריבער די וועג גייט אריבער אין אזא וועג וואס איז נישט זעהבאר פאר די מענטשליכע אויג (עס גייט דורך אינפרארויט), אבער ביי גאר הייסע זאכן גייט די היץ אריבער דורך זעהבאר ליכט אויך, ווי למשל א גרויסע פייער וואס גיבט ארויס היץ.
אין יעדע פאל וואס רעדיאציע רינט ארויס און עס ווערט איינגעזאפט דורך עפעס אנדערש (געווענליך צוליב די חילוק אין טעמפארטור) ווערט היץ אריבערגעפירט, די חכמה ווערט געניצט אין מייקראוועיוו און אין ליעזער שניידן.
[בעאַרבעטן] אנדערע וועגן פון אריבערפירען היץ
עס זענען אויך דא אנדערע וועגען פון אריבערפירן ענערגיע/היץ.
- באהאלטענע היץ ווען למשל וואסער טוישט זיך פון פליסיג צו אייז אדער צו פארע, דאן גייט אדורך זייער אסאך ענערגיע און דערפאר היץ, דאס וועט געניצט אין א לאקאמאטיוו, און אין קילערס ווי א רעפריזשירעטאר.
- היץ רער, דאס איז געווענליך געמאכט פון קופער אין איז געמאכט אין אזא וועג אז די זעלבע מאס קופער קען פירען אסאך מער היץ דורך ניצען באהאלטענע היץ אנע דעם וואס די טעמפארטור פון די קופער זאל זיך טוישן צו פיל, דאס ניצט מען אסאך אין א קאמפיוטער.