באסטאן
פֿון װיקיפּעדיע
באסטאן איז די הויפטשטאט און די גרעסטע שטאט אין דעם אמעריקאנער שטאַט מאסאטשוסעטס.[1] די שטאט האט געהאט א באפעלקערונג (געשאצט) פון 596,763 אין יאר 2006. איינוואוינער פון באסטאן הייסן "באסטאנער" (ענגליש: Bostonians).
אין 1630 קאלאניסטן פון ענגלאנד האבן מייסד געווען די שטאט אויפן שאוומוט האלבאינזל.[2] ווערנט דעם סוף פון דעם 18טן י"ה האבן פאסירט אין באסטאן עטלעכע וויכטיגע פאסירונגען פון דער אמעריקאנער רעוואלוציע, איינשליסנדיק די באסטאנער שחיטה און די באסטאנער טיי פארטי. נאך דער אמעריקאנער זעלבשטענדיגקייט איז באסטאן געווארן א הויפט פארט און צענטער פון פאבריצירן.
באסטאן האט געהאט דעם ערשטן סאבוויי סיסטעם אין די פאראייניקטע שטאטן.[3]
[בעאַרבעטן] ביי אידן
הר"ר פינחס דוד הורוויץ האט זיך באזעצט אין באסטאן ווען ער איז געקומנן פון ירושלים, און האט אויפגעשטעלט דאס באסטאנער חסידות. דער היינטיגער באסטאנער רבי, הר"ר לוי יצחק הורוויץ האט א בית מדרש אינעם ברוקליין געגנט פון באסטאן.
[בעאַרבעטן] רעפערענצן
- ↑ Massachusetts Bigger Cities (over 6000 residents). City-Data.com (2007). Retrieved on 2007-04-28.
- ↑ Banner, David (2007). BOSTON HISTORY—The History of Boston, Massachusetts. SearchBoston.com. Retrieved on 2007-04-28.
- ↑ Fagundes, David; Grant, Anthony (April 28 2003). The Rough Guide to Boston. Rough Guides. ISBN 1-84353-044-9.