See also ebooksgratis.com: no banners, no cookies, totally FREE.

CLASSICISTRANIERI HOME PAGE - YOUTUBE CHANNEL
Privacy Policy Cookie Policy Terms and Conditions
אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע – װיקיפּעדיע

אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע

פֿון װיקיפּעדיע

די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע איז די גרעסטע מענטשליך געבויטע סעטעלייט וועלכע שוועבט אין ספעיס און איז א פראיעקט צווישן א רייע מאדערניזירטע לענדער אין שפיץ פון אמעריקע און רוסלאנד.


[בעאַרבעטן] היסטאריע

די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע האט זיך אנגעהויבן אויפ'ן פארלאנג פון פרעזידענט ראנאלד רעיגן אין 984'. רעיגן האט איינגעלאדענט 14 לענדער צו ווערן א טייל פון די אינטערנאציאנאלע ספעיס צענטער מיט'ן תנאי אז יעדער וועט צוהעלפן דאס צו בויען. די לענדער זענען געווען: קאנאדע, יאפאן, בראזיל, און די אייראפעאישע ספעיס קאמיסיע וועלכע אנטהאלט די לענדער בריטען, פראנקרייך, דייטשלאנד, בעלגיע, איטאליע, די נעדערלענדס, דענמארק, נארוועגן, שפאניע, שווייץ, און שוועדן.

ווען די סאוויעט פאראיין איז צוזאמענגעפאלן איז רוסלאנד איינגעלאדענט געווארן צו ווערן א הויפט טייל פון די אינטערנאציאנאלע ספעיס צענטער.

אמעריקע און רוסלאנד זענען די הויפט בויערס פון די סטאנציע און די אנדערע לענדער בויען קליינע טיילן דערפון. די ספעיס צענטער איז נאך אלץ נישט פארטיג אבער עס האלט שוין נענטער ווי ווייטער. די ספעיס צענטער, ווען פארענדיגט, וועט זיין 290 פיס לאנג, 356 פיס ברייט, 143 פיס הויך און וועט וועגן א מיליאן פונט. אלעס אינאיינעם וועט די ספעיס צענטער האבן די פלאץ וואו צוויי 747 דזשאמבאו דזשעטס.

די ספעיס צענטער ווערט געבויט אין ספעיס און עס פליט שוין ארום דארט זינט 98' האלב געענדיגט. די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע פליט אויף א הויכקייט פון בערך 250 מייל העכער דעם עקוואטאר. אויף נאס"א'ס וועב זייט קען מען זען וואו די ספעיס צענטער געפינט זיך צו יעדע צייט.

די ארבעט גייט אן אין גרויסן און אלעס אינאיינעם וועט עס נעמען 44 ספעיס מיסיעס, מיט א סך הכל פון 1,950 ארבעט שעות דורך אסטראנאטן ביז עס וועט פארטיג ווערן, געשאצט די פריסטע אין 2008. ווען פארטיג וועט עס האבן אפגעקאסט 35 ביליאן דאלאר און וועט לעבן 10 יאר אן קיין פראבלעמען.


[בעאַרבעטן] פונקציעס

די אינטערנאציאנאלע ספעיס צענטער וועט בעיקר גענוצט ווערן אלס א פלאץ וואו אסטראנטאן וועלן קענען וואוינען פאר א לענגערע צייט צו שטודירן סייענטיפישע זאכן וועלכע וואלט געדויערט פיל לענגער צו טאן אונטן אויף די ערד. וואס נאך מען וועט טאן מיט די ספעיס צענטער איז דערווייל אומבאקאנט. טייל מענטשן רעדן פון ספעיס טוריזם אבער דערווייל האלט מען נאך ווייט דערפון.


aa - ab - af - ak - als - am - an - ang - ar - arc - as - ast - av - ay - az - ba - bar - bat_smg - bcl - be - be_x_old - bg - bh - bi - bm - bn - bo - bpy - br - bs - bug - bxr - ca - cbk_zam - cdo - ce - ceb - ch - cho - chr - chy - co - cr - crh - cs - csb - cu - cv - cy - da - de - diq - dsb - dv - dz - ee - el - eml - en - eo - es - et - eu - ext - fa - ff - fi - fiu_vro - fj - fo - fr - frp - fur - fy - ga - gan - gd - gl - glk - gn - got - gu - gv - ha - hak - haw - he - hi - hif - ho - hr - hsb - ht - hu - hy - hz - ia - id - ie - ig - ii - ik - ilo - io - is - it - iu - ja - jbo - jv - ka - kaa - kab - kg - ki - kj - kk - kl - km - kn - ko - kr - ks - ksh - ku - kv - kw - ky - la - lad - lb - lbe - lg - li - lij - lmo - ln - lo - lt - lv - map_bms - mdf - mg - mh - mi - mk - ml - mn - mo - mr - mt - mus - my - myv - mzn - na - nah - nap - nds - nds_nl - ne - new - ng - nl - nn - no - nov - nrm - nv - ny - oc - om - or - os - pa - pag - pam - pap - pdc - pi - pih - pl - pms - ps - pt - qu - quality - rm - rmy - rn - ro - roa_rup - roa_tara - ru - rw - sa - sah - sc - scn - sco - sd - se - sg - sh - si - simple - sk - sl - sm - sn - so - sr - srn - ss - st - stq - su - sv - sw - szl - ta - te - tet - tg - th - ti - tk - tl - tlh - tn - to - tpi - tr - ts - tt - tum - tw - ty - udm - ug - uk - ur - uz - ve - vec - vi - vls - vo - wa - war - wo - wuu - xal - xh - yi - yo - za - zea - zh - zh_classical - zh_min_nan - zh_yue - zu -