סענדר דייטש
פֿון װיקיפּעדיע
ר' סענדר דייטש ז"ל איז געווען דער לעגענדארער סאטמארער ראש הקהל, א שטאאטסמאן פון ערשטן קלאס, א תלמיד חכם און א גלענצעדער רעדנער. ער האט געקענט רעדן צוועלף שפראכן פליסיג. אן אייניקל וואס איז מיט אים אמאל מיטגעפארן אויף א באזוך אין אייראפע איז טיף באאיינדרוקט געווארן ווי אין יעדן לאנד האט ער ביי דער גרעניץ באלד גערעדט די שפראך פון יענעם לאנד.
[בעאַרבעטן] שרייבער
ער האט איז געווען יארן לאנג רעדאקטאר פון דעם צייטונג "דער איד" אונטערן פען נאמען "אליעזר עפשטיין". זיינע דרשות זענען געווען קונצליך וואונדערליך. ער האט פארמאגט א פאטריכאלישע צורה, א לאנגע ווייסע בארד, געווען א חכם, און א זעלטן פיינער און ווארעמער מענטש אין וועלטליכן לעבן.
[בעאַרבעטן] א גענעראל
ער איז געווען דער יד ימין פונעם ערשטן סאטמארער רבי'ן, ר' יואל טייטלבוים מסאטמאר זי"ע, און האט דעם רבי'ן פיל ארויסגעהאלפן ביים שרייבן דעם ספר הקדוש "ויואל משה", מסדר געווען די מפתח און געשריבן דעם ספר על הגאולה ועל התמורה. ער איז אויך געווען דער פארזיצער ביי אלע דעמאנסטראציעס וואס סאטמאר האט אפגעראכטן קעגן די ציוניסטישע מדינה.
[בעאַרבעטן] דורות
זיין זון איז היינט צוטאגס א שרייבער אין דער איד וואב באשרייבט דאס לעבן און שאפן איבער אלע נפטרים וואס שטארבן. זיין אייניקל האט איבערגענוצען די נייעס אפטיילונג איבער וועלטליכע פאליטיק. פון זיינע אייניקלעך זענען פון די גרויסע עסקנים אין דער היינטיגער ק"ק סאטמאר.