יחזקאל אברמסקי
פֿון װיקיפּעדיע
יחזקאל אברמסקי (ה'תרמ"ו - כ"ד אלול ה'תשכ"ו) (1886 - 1976), איז געווען א רב און א למדן. באוווּסט זענען זיינע ספרים „חזון יחזקאל" אויף דער תוספתא.
יחזקאל אברמסקי איז געבוירן נישט ווייט פון מאסט אין ליטע אין יאר ה'תרמ"ו. ער איז געווען דאס דריטע קינד פון מרדכי זלמן אברמסקי, א געהילצהענדלער, און זיין ווייב פריידל גאלדין פון הוראדנא. ער האט געלערנט אין די ישיבות פון טעלז, מיר און סלאבאדקע, און אויך אין בריסק ביי הר"ר חיים סאלאווייטשיק. צו זיבעצן יאר איז ער געווארן רב אין סמאליאן, שפעטער אין סמאלעוויטש און סלוצק. דאס רבנות אין סלוצק האט ער גע'ירשנט פון דעם באוווּסטן רב הר"ר איסר זלמן מעלצער וואס איז אנטלאפן פון דער שטאט צוליב די רדיפות פון די קאמוניסטן וואס האבן געהערשט אין דער שטאט.
אין ה'תרס"ט האט ער חתונה געהאט מיט רייזל, א טאכטער פון דעם רב פון (יעהומען) הר"ר ישראל יהונתן ירושלימסקי.