אמעריקאנער וואלוטע
פֿון װיקיפּעדיע
די אמעריקאנער וואלוטע ווערט געמאכט דורך די יו-עס ביורא אוו ענגרעווינג ענד פרינטינג און די מינט דעפארטמענט וועלכע זענען ביידע א טייל פון די יו-עס טרעזשורי דעפארטמענט.
[בעאַרבעטן] פראדוצירונג
די יו-עס ביורא אוו ענגרעווינג ענד פרינטינג פראדוצירט די באנקנאטעס פון איינס, פינף, צען, צוואנציג, פופציג, און הונדערט דאלאר בילס. די צוויי דאלאר ביל איז אויך אין צירקולאציע אבער מען האט דאס אויפגעהערט פראדוצירן אין 96'. ווי דערמאנט איז אמאל געווען גרויסע בילס פון פינף הונדערט, טויזענט, און פינף טויזענט. די גרעסטע באנקנאטע וואס די יו-עס האט אמאל געמאכט איז געווען הונדערט טויזענט דאלאר בילס וועלכע איז געמאכט געווארןבעפאר די צווייטע וועלט קריג אבער איז נאר גענוצט געווארן פאר טראנזאקציעס צווישן די בענק און פעדעראלע רעזערוו און איז קיינמאל נישט אריין אין צירקולאציע.
די מינט דעפארטמענט פראדוצירט די איינס, פינף, צען, און פינף און צוואנציג צענט מטבעות און אויך די גאלדענע דאלאר מטבע וועלכע רופט זיך די סאקאגאוואי גאלד דאלאר קאוין וועלכע איז דער נייער נאמען פאר די ביז איצטיגע סוזען בי אנטאני דאלאר קאוין.
די מינט דעפארטמענט פראדוצירט 30 מיליאן מטבעות פער יאר פאר די צירקולאציע. די יו-עס ביורא אוו ענגרעווינג ענד פרינטינג פראדוצירט 37 מיליאן באנקנאטעס אין איין טאג אין די ווערט פון 696 מיליאן דאלאר אבער 95 פראצענט איז אלטע באנקנאטעס וועלכע ווערן איבערגעמאכט נאכדעם וואס זיי גייען צוגרינד. ווי מער וואלוטע צירקולירט אלס שנעלער גייט עס צוגרונד, עס איז דאך נאר א פאפיר.
[בעאַרבעטן] וואלוטע קאנטראל
צו האלטן קאנטראל אויף אלע געלטער איז איינגעשטעלט א סיסטעם אז אלע געלטער וואס ווערן דעפאזיט אין בענק ווערן איבערגעגעבן צו די פעדעראלע רעזערוו בענק וועלכע טוישן דאס אויף פאר נייע געלט פאר וועלכע די בענק באצאלן א קליינע אפצאל פאר די סערוויס. די רעזערוו בענק שיקן אפ דאס געלט צו די מינט דעפארטמענט וועלכע קוקן דאס איבער און ווי זיי זאגן איז נאר א דריטל גענוג גוט צו קענען ווייטער צירקולירן. דאס איבעריגע געלט ווערט פארטיליקט און ריסייקעלט צו נייע באנקנאטן. דער 1 דאלאר ביל ווערט דאס מערסטע גענוצט און האלט נישט געווענליך מער ווי אנדערהאלבן יאר. א פינפער האלט 2 יאר, א צענער און א צוואנציגער 3-4 יאר, און א פיפציגער אדער הונדערטער ארום 9 יאר.