אהרן פון קארלין
פֿון װיקיפּעדיע
רבי אהרן (דער גרויסער) פון קארלין (ה'תצ"ו - י"ט ניסן ה'תקל"ב) איז געווען דער מייסד פון דעם חסידישן הויף אין קארלין, ליטא (היינט בעלארוס). ער איז שטארק באוואוסט צוליב זיין ניגון "יה אכסוף" פון די שבת'דיגע זמירות.
רבי אהרן איז געווען דער ערשטער תלמיד פונעם מגיד ר' דוב בער פון מעזריטש וואס האט אויפגעשטעלט א הויף.
בשעת זיין פטירה איז זיין זון אשר געווען אלט 12 יאר. זיין תלמיד ר' שלמה גאטליב האט געפירט די רביסטיווע נאך ר' אהרן.