אהרן יודא לייב שטיינמאן
פֿון װיקיפּעדיע
ר' אהרן יודא לייב שטיינמאן שליט"א, (געבוירן 1912) איז דער באליבטער מנהיג אויף די ליטווישע וועלט, אונטער דעם שטרענגן מער פרעמדער הנהגה פון הרב אלישב שליטא. ער איז דער ראש ישיבה פון גאון יעקב אין פאנאוועזשער ישיבה צעירים און איז דער מחבר ספר איילת השחר אויף סוגית השס.
[בעאַרבעטן] הייליג
כאטשיג ער איז ווייט פון א חסיד, שפיגלט ער אפ א הייליג לעבן אנדערשט פון די אנדערע ליטווישע מנהיגים, און איז מיט זיין הנהגה כאילו א רבי,
- ער קעמט זיך נישט אויס די בארד, און דאס איז טאקע פארקניפט,
- ער וואוינט זייער ארים און באשיידן, איין צימער וואס זיין בעט דינט אויך אלס דאס בענקל לעבן דעם טיש ווי ער נעמט אויף און לערנט.
- ער פאסט אסאך תעניתים. און ער איז א עניו וואס האלט זיך קליין פונקט ווי יעדן מיט א שמייכל. זיינע אנהענגער רופן אים בלשון חיבה ר' ארון ליב.
- כאטשיג ער פירט היינט צוטאגס די גאנצע פאליטיק פון די ליטווישע וועלט , איז ער א מוראדיגער שטילער מענטש וואס האט נאך קיינמאל נישט גערעדט קעגן קיינעם.
[בעאַרבעטן] קנאים קעגן אים
זייענדיג א מנהיג פון דער תורה וועלט האט ער זיך צוגעקוקט פון די נאנט דאס שווערע מצב הפרנסה פון דער תורה וועלט אין בני ברק און אין גאנץ ארץ ישראל, אויכעט די חורבן וואס די שוואכערע בחורים מאכן אן אין ישיבות, האט ער געשטיצט די עסקנים צו מאכן אז אידן זאלן קענען גיין ארבייטן און ברענגען פרנסה פונקט ווי אין אמעריקע, מיטן דינען אין די ציוניסטישע מיליטער.
דאס האט אים געמאכט שונא נומער 1 פון די קנאים, צוליב זיין ווארימע שטיצע צום נחל החרדי און חוק טל, ותכנית הליבא, פארשטייט זיך אז ער שרעקט זיך גאר קנאפ פון זיי, אבער די ליטווישע האלטן דאס נישט אויס און זיי שלונגען נישט אראפ וויאזוי מ'קען פארשעמן ר' ארון ליב.