קארל פאן לינע
פֿון װיקיפּעדיע
קאַרל פֿאָן לינע (Carl von Linné, Carolus Linnaeus) אַ שװעדישער באטאניקער און זאאָלאָג, איז געװען דער פֿאָטער פֿון דער מאָדערנער טאַקסאָנאָמיִע (די װיסנשאַפֿט װאָס טײַלט אײַן די אָרגאַניזמען אין קלאַסן).
לינע האָט דערפֿונען די בינאָמינאַלישע נאָמענקלאַטור, װאָס געבט יעדן זגאַל נאָר אִײן װיסנשאַפֿטלעכן נאָמען װאָס באַשטײט פֿון צװײ ווערטער: גענערישער נאָמען און ספּעציפֿישער נאָמען. דער גענערישער נאָמען איז דער נאָמען פֿון אַ מין (ענגליש: genus), װי צום בײַשפּיל דער קאַװע בױם: Coffea. עס זײַנען אָבער פֿאַרשײדענע זגאַלן פֿון קאַװע-בײמער, און זײ אונטערשײדן זיך מיטן ספּעציפֿישן נאָמען, צום בײַשפּיל די צװײ זגאַלן: Coffea arabica, Coffea robusta.