אלף בית

פֿון װיקיפּעדיע

אלף בית איז דער נעמען פון די לשון קודש'דיגע אותיות באזירט אויף די ערשטע צוויי אותיות. מיט די שריפטן שרייבט מען לשון קודש, יידיש, העברעיש און אראמיש (ביי די יידן).

אות צורה ארויסרעד נאמען
א שטומער אַלף
אַ a פּתח אַלף
אָ u/o קמץ אַלף
ב b בית
בֿ v בֿית
ג g גימל
ד d דלת
ה h הײ
ו u װ
וּ u/i מלופּם װ
װ v צװײ װאָװן
ױ oy/oh װ יוד
ז z זיין
זש zh זײַען שין
ח kh חית
ט t טית
י y יוד
יִ i חיריק יוד
ײַ ay/aa
כ kh כף
ך kh לאַנגער כף
כּ k כָּף
ל l למד
מ m מם
ם m שלאָס מם
נ n נון
ן n לאַנגער נון
ס סמך
ע e/ey עין
פ p פּה
פֿ f פֿה
ף f לאנגער פֿה
צ ts צדיק
ץ ts לאַנגער צדיק
ק k קוף
ר r ריש
ש sh שין
שׂ s שׂין
תּ t תּיו
ת s תיו

[בעאַרבעטן] אידישקייט

גאט האט באשאפן די וועלט מיט די אותיות. די שפראך וואס אדם הראשון האט גערעדט איז געווען לשון הקודש. יוסף מלך מצרים איז געווארן משנה למלך ווייל ער האט געקענט לשון הקודש אין מצרים איז געווען א געזעץ אז דער מלך דארף קענען אלע 70 שפראכן, ווען יוסף האט זיך די ערשטע מאל געטראפן מיט פרעה האט יוסף צו אים גערעדט לשון הקודש, פרעה האט נישט פארשטאנען די שפראך, אויס מורא אז מען וועט אים מאכן אויס מלך האט ער גענימען יוסף'ן פאר משנה למלך אלס באלוינונג פון נישט ארויסגעבן די סוד אז ער קען נישט די שפראך.

די תורה איז געשריבן מיט א ב, אויב פעלט נאר איין אות קען מען לויט די הלכה נישט מאכן א ברכה ביים עולה זיין.