אוקריינא
פֿון װיקיפּעדיע
אוקראינע | |||||
|
|||||
נאציאנאלע זינגליד: | |||||
קאנטינענט | אייראפע און אזיע | ||||
אפיציעלע שפראך | אוקראיניש | ||||
הויפטשטאט | קיעוו |
||||
קאנטראלע | האלב דעמאקראטיע | ||||
פרעמיער מיניסטער פרעזידענט |
וויקטאר יענאקאביטס וויקטאר יושטשענקא |
||||
גרינדונג דאטום |
|||||
פלאך מאס וועלט גראדונג פלאך פראָצענט וואסער |
603,700 קוואדראט ק"מ 43טע |
||||
באפעלקערונג צאל וועלט גראדונג באפעלעקרונג באפעלקערונג ענגקייט |
47,425,336 25טע 79 מענטשן פאר אַ ק"מ |
||||
פראדוקט ווערדע וועלט גראדונג פראדוקט ווערדע |
339,676 מיליון $ 27טע |
||||
וואלוטע | גריווניע (UAH) | ||||
צייט זאנע | UTC]] +2]] | ||||
אינטערנעט דאמיין | ua | ||||
טעלעפאן קאד | 380+ |
אוקרײַנע, אוקראַיִנע (רוסיש: Україна, Украина, Ukrajina) איז אַ לאַנד אין מזרח אײראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז קיעוו. אירע איינווינער באַטרעפט 47,425,336 (אין יאָר 2005). אוקריינאַ איז איינע פֿון לענדער אין מזרח יוראפ, איהר גרעניץ איז צוושין פוילן טשעכיי פֿון איין זייט, ביעלערוס און רוסלאַנד פֿון די צווייטער זיין, וואָס גייט ביז צום שוואַרצען ים.
פֿון די גרויסע באַווסטע וואַסערן אין אוקריינע זענען דער דעניעפּער, דער טייך בוג, און דער דעניעסטער. ֿ אוקריינע איז אַ פֿרוכטבאַר לאַנד, עס איז באַדעקט מיט ריזיגע פעלדער און שוואַרטצע סטעפּס וואָס זענען באַוואַקסן מיט פייכטע גוטע פירות און פֿרוכט. זי איז וואיול באַקאַנט מיט איהר ווייץ, קאַשע, קארן, געשרטן, קאַרטאָפֿל, צוקער, און איבער אַלץ מיט איהר רייכע אויל פעלדער.
אין די צייטן פֿון קאָמיניזם האָט רוסלאַנד בא'גנב'ט דאָס גאַנצע האב און גוט'ס פֿון אוקריינאַ, זי האָט איהר אריינגעוואָרפן אין אַ שרעקליכע ארימקייט, אויך האָט דער קאָמינינזם צוגעהאָלפֿן אז די פשוט'ע פויערן אין אוקריינאַ זאלן נישט ארבייטן זיך נישט זיך אַנשטרענגען צו מאכן געלד, דאָס האָט געהאָלפן מאַכן אַ טעל פֿון גאַנץ אוקריינאַ. דעריבער האָט זי פאַרלוירן איהר גלאַנץ זי איז געוואָרן אַ אַרימע צוריקגעשטאַנענע מדינה. אויך איז די כאבאר און שוחד געוואָרן דאָרט אומדערטרעגליך.
אין די לעצטע יאהרן זייט זי איז ארויס פון די רויסישע שטיוועל, פרויבירט זי זיך צוריק צוכאפן, די עקנאמיע ווערט בעסער, ריעל עסטיט גייט ארויף, און זיי פרויברן צו ווערן א מדינה פון געזעץ.
איהר הויפט שטאט איז קיוב עס וואונען אין איהר צו דריי מיליאן מענטשן.
כאטש אוקראינע איז נישט קיין גרויסע מאכט דאך האט זי אין זיך נוקלארע וואפען, דאס איז ווייל אין די קאמוניזים יאהרן האט רוסלאנד דארט געבויעט נוקלארע רעאקטער'ס ווייל זיי האבן געהאלטן עס וועט זיי העלפן פאר פארטיידיגונג, שפעטער ווען קאמוניזים איז צופאלן האט עס אוקריינא נישט געוואלט צוריקגעבן צו רוסלאנד, אנפאנג האט רוסלאנד פראטעסטירט, אבער מען האט זיך פארגליכן מיט די הילף פון די אמעריקאנער.
זי פארמאגט עטליכע נוקלארע רויאקטער, די באקאנסטע דערפון איז דער רעאקטער אין טשערנאביל. דארט איז פארגעקומען דער ריזיגער אויפרייס אין יאהר תשמ"ה, דער אויפרייס האט געשדעיגט און פארפעסטעט די לופט ארוים מיט שעלדיכע ראדיא אקויטווע שטראלן, עס האט געשאדט נישט בלויז פאר די גענעגט נאר פאר גאנץ יוראפ, ביז היינט צו טאג ליידן אלע מדינות ארום פון די פארפעסטונגען, עס איז אויך נישט ערלויבט פון די רעגירונג צו צו גיין אין די געגענט ארום.
[בעאַרבעטן] אידן אין אוקראינע
אין אוקריינא וואונען אידן שוין הונדערטער יאהרן, ביז צום ערשטען וועלט קריג האבן זיך געציילט די אידן אין די אוקריינישע שטעט קרוב צו צוויי מיליאן, זעלבסטפארשטענליך אז די אידן פון אוקריינע זענען נישט געווארן געשוינט, און די ביטערע פראגראמען איז אנגעקומען קיין אוקריינע, אידן האבן געליטן פון פראגראעם אלע יאהרן, עס איז באקאנט פון די קאזאגען וואס אידן האבן געליטן אין די איהרן פון [[ה'ת"ח] ווער דער גרויזאמער פירער פון קאזאקען כאמעלניציקי האבן גע'הרג'ט און גע'שחט'טן איבער הונדערט טויזענט אידן פון די אוקריינער שטעט, אין די צייטן פון בעל שם טוב, און אויך אין שנת ה'תקכ"ח ווען מען האט געהרגט טויזענטער אידן ווי עס ווערט באשריבן אין ספר שער המלך און אין שבחי בעל שם טוב. דערנאך זענען געקומען די פראגראמען ביים ערשטען וועלט קריג און נאכן ערשטען וועלט קריג, דאס מערסטע צווישן זיי איז באקאנט דער קישענעווער פראגראם, וואוו די אנטיסימיטען האבן זיך פארזאמעלט אין באנדעס אין געהארגט אסאך אידן, ספעציעל פרומע אידן, וואס זענען געווען קעגן די קאמיניזעם אדער האבן געהאט געלד. דעמאלטס זענען אסאך אידן פון אוקריינע אנטלויפן קיין אמעריקא.
ביי דער צווייטער וועלט קריג האבן די נאציס מיט די הילף פון די אוקריינישע באפעלקערוגנ אויסגעהרג'ט דאס מערהייט פון דאס אוקרייאינער אידן. די אוקריינער גוי האט זיך הונדערט פראצענט צוגעשטעלט צו די פאדערונגען פון די נאציס אז אלע אידן מוזען גע'הרג'ט ווערן, דאס מערסטע איז באקאנט די גרויזאמען רציחות אין באבי יאר ווי מער פון הונדערט טויזענט אידן זענען געשחטען געווארן מיט מיתות משונות.
אוקראינע איז באקאנט ביי אידן אויך צוליב וואס דארט איז געווען דאס וויגעלע פון חסידות, די חסידות באוועגונט האט זיך אנגעהויבן אין אוקריינא, די ערשטע גרויסע חסידישע רביים שטאמען פון דארט, ווי דער בעל שם טוב פון מזעבוז, דער מגיד פון מעזריטש, רבי יעקב יוסף פון פולנאה, רבי פנחס מקאריץ, רבי יוסף מקאמינקא, רבי שלום שכנא, רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, דער גרויסע רביים פון די טשענאבלע גזע פון רבי נחום און זיין זיהן רבי מרדכי פון טשענאביל, און דערנאך זיינע קינדער מיט זייער רבי'שע הויפן, די אייניקעלך פון בעל שם טוב רבי ברוך ממזעבוז, רבי משה חיים אפרים מסדילקוב בעל דגל מחנה אפרים, ר' נחמן מברסלב, רבי אהרן מטוטיוב, דער בית עין, רבי מרדכי מנעסכיז, רבי יקותיאל יודא מלאנדא, רבי מיכל מזלאטשוב , און נאך. אייניגע פון איהרע באקאנטע שטעט
- קיעװ
- אַדעס
- לעמבערג
- דראָביטש
- בראָד
- סטאַניסלעװ
- העליטש
- וויזשניץ (שטעטל)
- נעמיראוו
- אומאן
- קאַלוש
- אונגוויר
- חוסט/חיסתּ
- באַרדיטשעוו
- סײלעש
- טשערנאָװיִץ
- קאַמענעץ
- מונקאטש
[בעאַרבעטן] רעפערענצן
קהל פֿון זעלבשטענדיקע שטאַטן (קזס) | |
אוקרײַנע | אוזבעקיסטאַן | אַרמעניע | אַזערבײַדזשאַן | בעלארוס | גרוזיע | טאַדזשיקיסטאַן | טורקמעניסטאַן | מאָלדאַװיע |קאַזאַקסטאַן | קירגיזסטאַן | רוסלאַנד |