סאטמאר שוהל 13 הופער
פֿון װיקיפּעדיע
13 הופער איז א סאטמארע - אהרונים שוהל אין וויליאמסבורג ברוקלין נו יארק, ארגינעל אויפן אדרעס 13 הופער סטריט, שפעטער פארברייטערט צו אויך 14 הופער סטריט.
די ביהמ"ד איז ארגינעל געגרינדעט געווארן שבת שירה תשס"ג צוליב די סאטמארע מחלוקה, ווען די אהרונים האבן פארלוירן די אייגענטומערשאפט פונעם סאטמאר זאלי שוהל אויף ראדני סטריט, האבן זיי געעפנט א נייע אייגן ביהמ"ד.
אויך האבן זיי איינגערישט דעם ביהמ"ד מיט אלע באקוועמליכקייטן צו לערנען תורה, מיטן צושטעלן א אוצר הספרים מיט כלערליי ספרים, באקוועמע טישן און בענקלעך, קאווע טיי און פארבייסן. היינט צוטאג איז דער שוהל דער גרעסטער לערנען ביהמ"ד אין ווילאמסבורג ווי אידן זיצן אין לערנען פון גאר פרי ביז שפעט ביינאכט, אזא מין שטייגער ווי בית חי' אדער אמונת ישראל אין בארא פארק.
און יאר תשס"ו האבן די פירער פון ביהמ"ד געבויט א פרישן, סאך א גרעסערן ביהמ"ד קעגן איבער אויף 14 הופער סטריט, וואס איז אויפגעשפילט געווארן מיט גרויס סענזאציע און אלע וועלטליכע צייטונגען אלס דער "נס ביהמ"ד" צוליב וואס עס איז געבויט געווארן און א שטוינענדע קורצע צייט אפשניט פון בלויז 14 טאג, פונעם גרינד ביזן ענדע. דער נייער ביהמ"ד איז באנייט געווארן ראש השנה תשס"ז צוזאמען מיטן סאטמארע רבי שליט"א. מוהר"א
[בעאַרבעטן] וועלטליכע צייטונגען באשרייבונגען
- Satmar 'miracle' temple up in 14 days, (דעילי ניוז סעפטעמבער 30 2006).
- It's a House of 'Gosh!', (ניו יארק פאוסט אקטאבער 2 2006).
- Splintering of Satmar Community Leads to a 'Miracle' Synagogue, (ניו יארק סאן סעפטעמבער 27 2006).
- In Brooklyn, Hasidim build shul in a flash, (טיימס העראלד רעקארד אקטאבער 3 2006).
סאטמאר שוהל 13 הופער • סאטמאר שוהל ראדני • סאטמאר שוהל 53 סטריט (בארא פארק) • שומר שבת (בארא פארק) • ריווינגטאן שול • עלדריזש סטריט שול • חורבת ר' יהודא החסיד • בית המדרש הגדול (מאנהעטן) • בית ישראל (שול) • ראוד איילענד טורא • חתם סופר שול