מרדכי שטיין
פֿון װיקיפּעדיע
ר' מרדכי שטיין (אדער ווי מ'רופט איהם מאטל שטיין), איז דער פאלטיטשאנער רבי, וואוינט אין בארא פארק.
זיין פאטער, ר' ישראל אברהם שטיין זצ"ל, איז געווען דער לעצטער פאלטיטשאנער רבי וואס האט געוואוינט אין בענזענהורסט, ער איז געווען א וויזינצער פון יוגנט, און א גרויסע חסיד פון דעם סאטמארע רבי ר' יואל טייטלבוים זצ"ל.
ר' מרדכי איז א פיגור אין סאטמאר צוליב דעם וואס ער איז געווען ראש ישיבה אין די סאטמארע ישיבה גדולה פון בערך תשל"ח ביז תשמ"א, אויך איז זיין פאטער געווען א גלענצענדע רעדנער, און גערעדט ביי אלע סאטמארע פאליטישע צוזאמקנופטן אין די צייטן פון ר' יואל זצ"ל.
ר' מרדכי, אזוי ווי זיין פאטער, איז א שטארקע סימפאטיקער צו בני יואל און נישט געהאט קיין שום קשר צום לעצטן סאטמארע רבי ר' משה טייטלבוים און זיין נאכפאלגער ר' אהרן טייטלבוים.
ביי די סאטמארע מחלוקה צווישן ר' אהרן אין ר' זלמן לייב, האט זיך ר' מרדכי צוגעשטעלט צו ר' זלמן לייב, פונקט ווי אסאך קעגנערס פון ר' משה. תשס"ו האט זיין איידעם זיך משדך געווען מיט ר' זלמן לייב.
ר' מרדכי איז א ווארימער רעדנער און זייער א חסידישער איד.