טעראריזם
פֿון װיקיפּעדיע
טעראריזם איז א מיטל אויף צו געוואונען פאליטישע שטרעבונגען דורך אנזייען שרעק און פאניק.
עס זענען דא פארשידענע מיינונגען וואס גענוי באדייט א טעראריסט, ווי דער אלטער אויסדריק, "איין מאן'ס טעראריסט איז א אן אנדער מאן'ס פרייהייט קעמפפער". דאך ווערט אנגענומען אין אלגעמיין אז טעראריזם איז דאס באנוץ פון געוואלדטאטן נישט אין א דירעקטע קריגס צושטאנד אנטקעגן ציווילע מענטשן פאר פאליטישע צוועקן. טעראריסטס וועלן אפט ניצן לעגאלע און אומלעגאלע מיטלען קעגן זיין קעגנער, פון אונטערשטעלן באמבעס דעם שונא, ביז זיך אליין אויפרייסן אין א זעלבסטמארד אקציע.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] היסטאריע
טעאראריזם איז נישט קיין נייער מיטל פון קריג. רוב היסטאריקער ווייזן אן אויף די כת סיקריקין, באקאנט אין דער תלמוד אלץ "בריונים", אלץ איינע פון די פריסטע ביישפילן פון טעראריזם. ווי יוסיפון געבט אן אין זיינע ביכער פון דעם תקופה, זענען די סיקריקין געווען פאנאטישע רעליגיעזע אידן וואס האבן גע'הרג'עט מענטשן אין מארק מיט באהאלטענע מעסערס (סיקַר) אויף זייער קערפער אויף צו טעראריזירן די נישט-גלויביגע און די וואס האבן געשטיצט די רוימישע געצנדינערישע הערשער.
אויך האבן זיי גע'הרג'עט יונתן כהן גדול, וועלכע זיי האבן באשולדיגט אין האבן נאנטע באציאונגען מיט די רומיים (ווארשיינליך פון די צדוקים), און אויך אונטירגעצינדען די מאגאזינען פון שפייז בכדי צו ווארפן א שרעק און צווינגען דעם המון עם צו קעמפפן אנטקעגן די רומיים.
ווי דער תלמוד דערציילט, האט אפילו דער תנא ר' יוחנן בן זכאי זיך פון זיי געשראקן, און האט זיך געדארפט מאכן ווי א טויטער בכדי זיך ארויס צו שמוגלען צו רעדן מיט די רומיים.
פאר נאך א ביישפיל פון אמאליגע טעראריזם ווייזן היסטאריקער אויף די השישין גרופע, א כת פון פאנאטישע רעליגיעזע מוסלמענער וועלכע האבן פיל גע'הרג'עט און טעראריזירט פאר פאליטישע צוועקן. פון זיי קומט דער ווארט "אסאסין", וואס מיינט צו אסאסינירן, אדער מארדערן, א פאליטישע פיגור.
[בעאַרבעטן] אין מאדערנע צייטן
די ערשטע ביישפילן פון טעראריזם אין דעם צוואנציגסטען יאר-הונדערט זענען געווען די יונגע באסניער, פון וועלכן א מיטגליד זייערס האט געהארגעט דעם סערבישן ארצידוך פראנץ פערדינאנד, אן אקט וואס האט זיך דירעקט פארקייקלט אינ'ם אויסבראך פון דעם ערשטן וועלט קריג.
די ערשטע בולט'דיגע אקטן פון טעראריזם נאך דער צווייטער וועלט קריג זענען געמאכט געווארן דורך די עקסטרעמע ציונ'יסטישע גרופעס אירגון און לחי. אין די יארן צווישן 1945 און 1957 האבן זיי דורכגעפירט עטליכע געוואלדטאטן אויף די ענגלישע בכדי צו באצוואונגען אויף זיי זיך ארויסצוציען פון פאלעסטינע. דער מערסט באקאנטער אקט איז געווען דאס אויפרייסן א באמבע אינ'ם מלון דוד המלך אין ירושלים, וועלכע האט אנטהאלטן א באזע פאר די בריטישע סעקרעטאריעט און דער מילטערישער קאמאנדיר. 91 מענטשן זענען אומגעקומען, דאס רוב פון זיי איינגעשטעלטע אין דעם האטעל און אין דער סעקריטאריעט. 17 פון די אומגעקומענע זענען געווען אידן. דאס רעשט זענען געווען בריטישע און אראבער.
[בעאַרבעטן] עראפלאן היידזעקינגס
דאס היידזעקינג פון פליגער האט געעפנט א נייעם קאפיטל אין היסטאריע פון טעראריזם.
דאס ערשטע היידזעקינג, לויט פיל היסטאריקער, איז געווען ווען ישראל'ישע קריגס עראפלאנען האבן געצווינגען א סירישע ציווילע עראפלאן צו לאַנדען אין לוד לופט-פעלד, בכדי צו נעמען די פאסאזשירן אלץ "האסטעדזעס". דער פלאן האט געזאלט זיין זיי צו פארטוישן מיט ישראל'ישע קריגס געפאנגענע אין סיריע. [1] די "האסטעדזעס" זענען געווארן ארויסגעלאזט צוויי טעג שפעטער, נאך שווערע אינטערנאציאנאלע פארדאמונגען.
[בעאַרבעטן] פאלעסטינער היידזעקינגס
די היידזעקינג פון פליגער אין איר היינטיגע פארמען איז געקומען צום אינטערנאציאנאלע באמערקונג אין די 60'ער יארן דורך פאלעסטינער מיליטאנטן.
דער ערשטער פון די איז געווען דאס פארכאפונג פון אן אל על עראפלאן אויפ'ן וועג קיין רוים דורך מיטגלידער אין דער פי.עף.על.פי. (פאפולערער פראנד פאר פרייהייט פון פאלעסטינע). דער פליגער איז פארקירעוועט געווארן קיין אלדזיערס, און נאך פערציג טעג פארהאנדלונגען זענען די פאסאזשירן און די היידזעקערס ארויס פריי. דאס איז געווען דאס איינציגע געלונגענע פרואוו צו היידזעקן אן אל על פליגער.
אויף סעפטעמבער 6, 1970-תש"ל, אין דער טאג וואס איז פיל יארן באקאנט געווען אלץ "דער שווארצטער טאג אין אוויאציע", האבן מיטגלידער אין דער פי.עף.על.פי. געפרואווט היידזעקן פיר עראפלאנען אינאיינעם. אלע זענען געווען אויפ'ן וועג קיין ניו יארק. נאר דריי איז זיי געלונגען צו כאפן: א טי.דאבליו.עי. פליגער פון פראנקפורט, א סוויס עיר פליגער פון צוריך, און א פען עם פליגער פון אמסטערדאם. א פערטער, אן אל על פליגער פון אמסטערדאם איז דורכגעפאלן ווען באוואפנטע וועכטער אויפ'ן פליגער האבן געהרג'עט איינס פון די היידזעקערס און איבערגעשטארקט איבער דעם צווייטן.
צוויי פון די פליגערס האבן געלאנדעט אין א ליידיגן לופט פעלד אין א מדבר אין ירדן. די אידישע און ישראל'ישע פאסאזשירן זענען געהאלטן געווארן אין דעם פליגער, און דאס רעשט זענען געווארן צוטיילט איבער עטליכע פלעצער אין ירדן. פילנדיג אז דאס איז א דירעקטע סכנה אויף זיין הערשאפט האט דער ירדנ'ישער קעניג חוסיין אנגעהויבן אן אויספירליכן קאמפיין אנטקעגן פאלעסטינער מיליטאנטישע גרופעס אין ירדן, וועלכע האט כמעט געפירט צו א ברייטערן קריג אין דעם ראיאן מיט ירדן, מדינת ישראל, סיריע, און איראק.
צום סוף אבער זענען די פארלאנגען פון די היידזעקערס געווארן ערפילט: די ישראל'ישע רעגירונג האט ארויסגעלאזט די פי.עף.על.פי. ארעסטאנטן, און די האסטעדזעס זענען ארויס פריי אויף סעפטעמבער 28.
[בעאַרבעטן] ענטעבי
אויף יוני 27 1976-תשל"ו איז פארכאפט געווארן אן עיר פראנס פליגער אויפ'ן וועג פון אטענעס, גריכנלאנד קיין פאריז דורך פיר היידזעקערס, צווי פאלעסטינער פון פי.עף.על.פי. און צוויי דייטשע.
דער עראפלאן איז פארפירט געווארן קיין אוגאנדא, וועלכער איז געווען אונטער'ן הערשאפט פון אידי אמין, א מערדערליכע און וואנזיניגע דיקטאטור, וועלכע איז געווען סימפאטיש צו די היידזעקערס.
אויף דער נאכט פון יוני 3-4 האט אן עליטע אפטייל פונ'ם ישראל'ישן סיירת מטכ"ל זיך ארויסגעלאזט אויף א גאר דרייסטע רעטונגס מיסיע צום לופט פעלד אין אוגאנדא, ווי די האסטעדזעס זענען געהאלטן געווארן. דריי פון די 103 האסטעדזעס, און יונתן נתניהו, דער מיסיע'ס קאמאנדיר, זענען אומגעקומען, אבער די איבעריגע האסטעדזעס אין דעם לופט פעלד זענען געראטעוועט געווארן, און דער מיסיע איז פארופן געווארן א געלונגענע.
[בעאַרבעטן] 1972 אלימפיק שפילן אין מינכן
ביי די אלימפיק שפילן אין מינכן, דייטשלאנד אין 1972 האבן א גרופע פאלעסטינער מיליטאנטן זיך אריינגעכאפט אין דער אלימפיק ווילעדש ווי די שפילער האבן זיך אויפגעהאלטן און גענומען האסטעדז 11 ישראל'ישע שפילער. די פרשה האט זיך אויסגעלאזט מיטן אומקום פון אלע 11 האסטעדזעס, נאכדעם וואס א רעטונגס פרואוו פון די דייטשע פאליציי איז מיאוס דורך געפארלן.
[בעאַרבעטן] זעלבסטמארד טעראריזם
זעלבסמארד טעראריזם איז צום ערשטן מאל דורכגעפירט געווארן מיט ערפאלג אויף א גרויסן פארנעם דורך חיזבאלא מיטגלידער אין די באמבאדירונגען פון דער אמעריקאנער עמבאסי און די באראקן פון די אמעריקאנער מארינעס און פראנצויזישע מיליטער לייט אין ביירות אין 1983.
זינט 1993 האבן אראבישע גרופעס ווי חאמאס, איסלאמישע דזיהאד, און דער אל אקצה מארטירערס בריגאדע זיך באנוצט מיט א ריזיגע צאל זעלבסטמארד אטאקעס אנטקעגן ציווילע מענטשן אין מדינת ישראל, אויפרייסנדיג באסעס, פיצא געשעפטן, נאכט-קלאבס, שאפינג-ערטער, און נאך.
[בעאַרבעטן] טעראריזם אין אמעריקע
[בעאַרבעטן] אקלאהאמע סיטי
אויף אפריל 19, 1995 האט טימאטהי מעקוועי מיט הילף פון טערי ניקאלס אויפגעריסן א באמבע ביים אלפרעד פי. מוראַ פעדעראלער אפיס קאמפלעקס, חרוב מאכנדיג דעם בנין און אומברענגנדיג 168 פערזאן. דאס איז אין זיין צייט געווען דער שעדליכסטער טעראר אקט אין אמעריקע. טימאטהי מעקוועי איז פעראורטיילט געווארן אויף טויט, פאר דעם אקט, און טערי ניקאלס האט באקומען לעבנסלענגליכע טורמע.
[בעאַרבעטן] באמבע ביי אטלאנטא זומער אלימפיקס
אויף יולי 27, 1996, בשעת די זומער אלימפיק שפילן אין אטלאנטא, דזשארדזשיע האט עריק ראבערט רודאלף געשטעלט א באמבע אונטער א באנק, וועלכע האט זיך שפעטער אויפגעריסן און אומגעברענגט צוויי מענטשן און פארוואונדעט 111. רודאלף האט ביי זיין געריכט ערקלערט אז ער איז געווען בייז אויף די אמעריקאנער רעגירונג און געוואלט די אלימפיקס זאלן זיך אויפהערן. ער איז פעראורטיילט געווארן אויף לעבנסלענגליכע טורמע.
[בעאַרבעטן] אל קאידא און אסאמא בין לאדין
פון די גרעסטע טעראריסטן אין די וועלט היסטאריע איז דער סאודי'שער אראבער אסאמא בין לאדין מיט זיין אל קאידא ארגאניזאציע. די טעראריסט אקטן וואס זענען דורך אים געשטעלט געווארן זענען געווען פון די שוידערליכסטע און העכסט קאמפליצירט פלאנירט.
[בעאַרבעטן] אמעריקאנער עמבאסיס
אוגוסט 17, 1998 זענען דורכגעפירט געווארן צוויי קאר באמבאדירונגען אינאיינעם ביי די אמעריקאנער עמבאסי בנינים אין דאר עס סאלאם, טאנזאניע און אין נייראובי, קעניא. איבער 220 פערזאן זענען אומגעקומען און איבער 4,000 זענען געווארן פארוואונדעט. דער אטאקע האט געברענגט אינטערנאציאנאלע באמערקונג צו אסאמא בין לאדין מיט זיין אל קאידא ארגאניזאציע, לייגנדיג אים אויפ'ן ליסטע פון די צען מערסט געזוכטע פון אמעריקאנער עף.בי.איי..
[בעאַרבעטן] יו.עס.עס. קאול קריגס שיף
אוקטובער 12, 2000 האט א קליין פישכאפער שיפל זיך דערנענטערט צו דער אמעריקאנער קריגס שיף יו.עס.עס. קאול בשעת עס איז געשטאנען אין דעם פּאָרט פון אדען, תימן פאר א געווענליכע גאזאלין אנפיל און אויפגעריסן א באמבע ביי דער זייט, ברענגנדיג זעלבסטמארד אויף די צוויי אראבישע טעראריסטן. דער באמבע האט אויפגעריסן א ריזן לאך 40 ביי 40 פיס, אנמאכנדיג כאאס אינעווייניג מיט די וואסער פארפלייצונג און די געטראפענע. 17 שיפספערזאן זענען אומגעקומען.
[בעאַרבעטן] סעפטעמבער דעם 11'טען
די גרעסטע און שוידערליכסטע טעראר אטאקע אויף אמעריקע איז געווען סעפטעמבער 11, 2001. פיר ציווילע פליגער זענען געווארן פארכאפט אין די לופטן. צוויי פליגער, יונייטעד עירליינס רייזע 175 און אמעריקען עירליינס רייזע 11, זענען געווארן אריינגעקראכט אין די צוויי בנינים פון דעם וועלט האנדלונגס צענטער אין דאונטאון מאנהעטן. ביידע בנינים זענען גענצליך איינגעפאלן ווייניגער ווי צווי שעה דערנאך. דער דריטער, אמעריקען עירליינס רייזע 77, איז געווארן אריינגעקראכט אין דעם פענטאגאן בנין אין וואשינגטאן. דער פערטער, יונייטעד עירליינס רייזע 93, איז אראפגעברענגט געווארן, ווארשיינליך דורך די באמיהונגען פון די פאסאזשירן, אין א ליידיגן פעלד אין פענסילוואניע.
דער טאטאלער צאל קאנפירמירטע אומגעקומענע (אויסער די 19 היידזעקערס) איז 2,973: אלע 246 פאסאזשירן פון די פיר עראפלאנען, 2602 אין מאנהעטן, און 125 ביים פענטאגאן. צווישן די אומגעקומענע אין ניו יארק זענען געווען 343 ניו יארקער פייער לעשער און פאליציי לייט, און 37 פון די פארט אוטאריטעט פאליציי. 24 פערזאן ווערן פארעכנדיג אלץ פעלנדיג.
די אטאקעס אויף סעפטעמבער 11 האבן דירעקט געפירט דערנאך צו דער קריג אויף די טאליבאן אין אפגאניסטאן. אויך איז דאס געווען א צוגעגעבענער סבה פאר דער שפעטערדיגער קריג אין איראק.
[בעאַרבעטן] זע אויך
[בעאַרבעטן] דרויסענדע לינקס
- סיקריקין - אידישע ענציקלאפעדיע
- קורצע היסטאריע פון טעראריזם
- מדינת ישראל דער ערשטער אראפ צו צווינגען ציווילע פליגער
- ערשט-האנטיגע באריכט פון באססאם אבו שאריף, פון די אנפירער פון די היידזעקינגס אין סעפטעמבער 1970 - מיט בילדער
- כראנאלאגיע פון די טעראר געשעענישן אויף סעמטעמבער דעם 11'טען
]] en:Terrorism]]