אריזאנע ווייץ
פֿון װיקיפּעדיע
אריזאנע ווייץ איז ווייץ וואס וואקסט אין דעם שטאַט אריזאנע, וואס דריי חסידישע מצה בעקערייען אין ניו יארק האבן אנגעהויבן צו ניצן צו באקן מצות פאר פסח אין יאר ה'תשס"ז. 1. קרית יואל מצה בעקעריי. 2. פאפא צעהלים. 3. מאנסי מצה בעקעריי (עקיבא וויינשטאק).
די פיאנערן פון אריזאנע ווייץ איז הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין סאך רבנים פון בארא פארק, הרב יעקב יצחק כייעם און הרב חיים לייב כ"ץ, און הרב ישראל צבי בראדי.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] די פראבלעם
אין שו"ע שטייט אז ווייץ נאכן פארטיג ווערן ברויך מען אכטונג עס זאל נישט רעגענען, אויך ברענגט דער רמ"א געבויט אויף א רשב"א, אז איינמאל די ווייצלעך זענען געצייטיגט איז עס פונקט ווי עס איז אפגעשניטן (כמונח בכדא) און מ'דארף עס היטן פון חמציג ווערן. נאך שטייט אין שלחן ערוך פוסקים אז די סימני חימוץ פון ווייץ איז אויב זיי זענען געשפאלטן אדער עס וואקסט גרעזעלעך אויף די שפיצן פון די זאנגען. דעריבער זאגט די רמ"א אז ס'איז ראטזאם צו שניידן די ווייץ אביסעלע פרי איידער עס איז געצייטיגט און דערנאך אליינס טריקענען אויפן זין (און געוויסע אחרונים זאגן אז נישט צו פרי ווייל דעמאלטס איז עס צו פייכט און איז ממהר להחמיץ).
למעשה אלע יארן אין ניו יארק האט מען געשניטן ווייץ אין רעגענדיגע ערטער ווי טייל פון די ווייץ האבן שוין געהאט די סימני חימוץ, און זענען שוין געווען געצייטיגט אז מ'האט זיי נישט געדארפט אליינס טריקענען, אבער מיט דעם אלעם איז עס נישט געווען קיין חמץ ווייל עס איז בטל געווארן בשישים.
[בעאַרבעטן] לעזונג ביז איצט
א דאנק דעם פלעגן די מחמירים זיך אליינס קלויבן די ווייץ, צו עס אויסרייניגן פון די חמציגע ווייצן, ווי למשל די פריערדיגע סאטמארע רבי'ס ר' יואל זצוק"ל און דער ברך משה, וואס די ישיבה בחורים האבן געקלויבט די ווייץ פאר זיי.
בערך 35 יאר צוריק האט דער סאטמארער רבי הגה"ק ר' יואל טייטלבוים זצוק"ל, פרובירט צו שניידן ווייץ פון פלעצער וואס רעגנט נישט, נעמליך אריזאנע, אבער די ווייץ האט נישט פראדוצירט א גוט מעהל וואס מ'זאל קענען דערפון מאכן פסח מצות, און דעריבער האט דאס נישט אנגעהאלטען פאר די נאכנאנדיגע יארן.
[בעאַרבעטן] "אריזאנע ווייץ" לעזונג
אין די לעצטערע יארן האבן די אויוונדערמאנטע רבנים זיך מטכס עצה ווי אזוי די סתם המון וואס האט נישט די מעגליכקייט צו קלויבן די ווייץ זאלן האבן מהודרדיגע ווייץ אן קיין שום חששות.
קודם האבן זיי 1 יאר געשניטען גאר פרי, און אליין געלאזט טרוקענען, אזוי ווי די עצה פון רמ"א, אבער מאיזה סיבה האט זיך נישט אויסגארבעט אלץ א סוקסעס, און צענדעליגע רבנים זענען שארף ארויסגעטרעטן אקעגן, און עס האט נישט אויסגענומען ביים עולם, דעריבער איז הרב כייעם אויפגעקומען מיט אן אויסטרעף צו נעמען די ניו יארקע ווייץ קערנדליך און עס איינפלאנצן אין אריזאנע, וואס דאן וועט עס האבן די זעלבע טעם, אןן די קערנדליך וועלן זיין שיין און גאנץ, און וויבאלד דארט איז א מדבר און רעגענט נישט, וועט נישט זיין די פראבלעם פון עס לאזען לאנג ליגען אין פעלד, אפילו ווען לדעתם הייסט דאס שוין "נגמר היניקה", עס איז שוין געפערטיגט די זייגונג פונעם ווייצעל.
און דעריבער זענען זיי אהין געגאנגען אין אריזאנע וואס איז א מדבר און די ווייץ וואקסט נישט אויף קיין רעגן וואסער, נאר דורך שלויכען וואס מען ציט פון אונטער די ערד צו באוואסערען, וואס דארט וועט לויט זיי נישט האבן די חששות, ווייל עס קומט נישט צו קיין וואסער אויפן אויבערפלאך.
ה'תשס"ז איז עס אנאנסירט געווארן אלס א סוקסעס. די ווייצלעך זענען ארויסגעוואקסן שיין זויבער און גאנץ און די מצות האבן אויך געהאט א גוטן טעם. און הרב כייעם איז אריבער צום סאטמאר רבי, ר' אהרן טייטלבוים שליט"א, און אים איבערגערעדט צו קומען נעמען ווייץ פון דארט, און דערנאך האט ער זיך טאקע זייער שטארק צוגעכאפט דערצו און עס שטארק אינדארסירט פאר זיינע סאטמארע חסידים, וואס דאס האט עס געברענט צו א שטארקע פראמינאנץ. די סאטמארע בעקעריי אין קרית יואל האט דעמאלטס אנגעהויבן צו ארייננעמען א ביסל אריזאנע ווייץ און פארשפראכן פאר די פאלגענדע יארן צו פארמערן די צאל. די פאפא-צעהלים מצה בעקעריי און מאנסי מצה בעקעריי האבן אויך גענומען פון די אריזאנע ווייץ.
למעשה איז געווען א חילוקי דעות אינעם מציאות צו די אריזאנע ווייץ איז טאקע גענצליך ריין פון מצומחות און מבוקעת, רב בראדי האט געזאגט אז ער האט אונטערגעזוכט 100 פונט ווייץ און נישט געפונען קיין איין מצומחות און מבוקעת, ווידער אנדערע זאגן אז זיי האבן יא דארט געפונען געשפאלטענע און באוואקסענע [מבוקעות ומצומחות], אויף די עדות פון דריי רבנים, וואס האבן שוין שימוש איבער 25 יאר אין שניידען ווייץ פאר יום טוב פסח, הגם נישט אויף אזא פארנעם ווי ביי די אויבענדערמאנטע.
[בעאַרבעטן] די מערערים
עס זענען אויך געווען געוויסע קריטיקירער אויף די ווייץ און געהאלטן אז עס טויג נישט, די קריטיקירער זענען געווען הרב דוד ראזענבערג, די מנהל פון די סאטמארע בעקעריי אין וויליאמסבורג, הרב אברהם לויפער אב"ד דאראג, און הרב יצחק שטיין דומ"ץ פאלטיטשאן וראב"ד בית הוראה דקארלסבורג, די הויפט טענה זייערע איז אז הגם עס קומט נישט קיין רעגן זאגן אבער חז"ל אז טוי קומט יא צו איבעראל, אפי' אין מדבריות. און די ווייץ האט מען צו שפעט אפגעשניטן אויפן גראד נומער 7, נאכן זיצן באהאפטן אויפן פעלד אונטער גאר הויכע היץ גראד, און די שאלאכץ פון די ווייצלעך זענען שוין געווען אפען, וואס דעמאלטס איז עס מעגליך חמץ, און אז די פלאץ איז א מדבר וואס די עפר איז בעצם נישט מצמיח געהעריג, וואס לגבי די מצוה פון כיסוי הדם קען מען דאס נישט נוצען לויטן הלכה, איז מעגליך אז דאס הייסט נישט קיין ריכטיגע ווייץ עפ"י תורה, און אויך אז די וואסער וואס באוואסערן אונטער די ערד, הגם עס קומט פון א טייך וואס דארף צו האבן זיסע וואסער, האבן זיי אבער מברר געווען אז עס פליסט אדורך פילע זאלץ בערג און עס ווערט שטארק באזאלצען וואס איז א שטארקע חשש אז עס איז ממהר להחמיץ [ווערט גאר שנעל חמץ, און עס העלפט נישט אכטונג צו געבן אויף 18 מינוט ביים באקען], און א ראיה דערצו האבן זיי געברענגט אז די ווייץ האט הויך-גלוטען וואס צייגט אויף א גרעסערע מאס פון די זויער באשטאנדטייל און די ווייץ, און די הויפט טעם איז אז מען רירט זיך אוועק פון די מסורה פון אלע יארן, קען מען נישט וואוסען צו עס איז אויסגעהאלטען און וואס דאס גייט נאך מיטברעגנען דערצו.
אבער די שטיצער האבן ציניש געמאכט די אלע טענות זאגענדיג אז אפי' דאס וואס חז"ל זאגן אז "טל אינו מעצר", געפין מיר קיין שום שו"ע פוסק וואס זאל דאס צוברענגן צו הל' פסח, ממילא איז נישט מוכרח אז די מאמר חז"ל גייט ארויף אויף כל העולם כולו, מעגליך אז עס רעדט נאר פון רעגנדיגע ערטער וואו מ'זעהט די מציאות, אבער נישט מדבריות, און אפי' לו יצויר עס מיינט יא מדבריות, איז דאך די לשון השו"ע אין הל' פסח "גשמים" און די מציאות איז אז טל האט נישט די זעלבע השפעה ווי גשמים.
אויך אויפן טענה פון מסורה, זאגן זיי אז מ'געפין מיר און קיין שום פוסק בעולם וואס זאל שרייבן אפי' ברמז אז עס איז דא א קפידא דוקא צו נעמען ווייץ פון רעגענדיגע ערטער, נאך מער זאגן זיי אז עס איז קיין שום חדשות, אמער, אנשי ארץ ישראל פלעגן דורי דורות שניידן ווייץ אין מצרים, וואו דער נילוס טרינקט אן די פעלדער ווי מ'זעהט און די מדרשים.
[בעאַרבעטן] פאליטיק
אלע סאטמארע אהרונים האבן געהאלטן אז די קריטיקירער האבן בלויז געמיינט פאליטישע אנטשוינונגען און נישט הלכה'דיג אספעקטן, צוליב וואס די ווייץ איז ברייט אידענדיפיצירט געווארן אויפ גאס אלס ר' אהרן טייטלבוים'ס המצאה, ממילא האבן זיי אטאמאטיש געמוזט זאגן פארקערט. די הויפט צייכן וואס זיי ווייזן אן איז די פאקט אז די פאר קריטיקירער זענען אלע פערצופאל גרויסע זאליס, און ווידער די וואס זענען דערפאר זענען א געמישאכץ פון רבנים פון אלע שיכטן. אין די גויאישע פרעסע, די דעילי ניוס, איז עס אויך באריכטעט געווארן מיט דעם ספין, ווי זיי שרייבן א קוואוט פון אן אהרוני אז ווייל ר' אהרן האט געזאגט אז די ווייץ איז גוט האט "אטאמאטיש ר' זלמן לייב געזאגט פארקערט".
למעשה שרייבט ר' אברהם לויפער און זיין בירור הלכה, אז ס'מעגליך אז זיי וועלן אויך נוצן אין די קומענדיגע יאר די אריזאנע ווייץ נאר ה'תשס"ז האט עס נישט געטויגט ווייל מ'האט עס געלאזט צו לאנג אויפן פעלד, אבער נאר אזוילכע וואס וואקסען אויף רעגן וואסער, אויפן געהעריגען נאטורליכען אופן.