אלטא פייגא טייטלבוים
פֿון װיקיפּעדיע
מרת אלטא פיגא טייטלבוים (1912 - 1999). איז געווען די צווייטע רביצין פון סאטמאר רבי ר' יואל טייטלבוים זצוק"ל.
זי איז געבוירן אין יאר ה'תרע"ב מיטן נאמען אלטע פיגא שפירא, אין דער שטאט טשענסטעכאוו פוילן, צו איר פאטער הר"ר אביגדור שפירא, טשענסטכאווער רבי. איר מוטער איז געווען אן אייניקל פון מאור ושמש. דער סאטמאר רבי איז געווען מער פון צוואנציג יאר עלטער פון איר.
דער סאטמאר רבי'ס טאכטער רויזא'לע איז געווען כמעט צעהן יאר אלטער פון די רביצין, דעריבער האבן זיי זיך קיינמאל פארטראגן[פֿעלט אַ מקור].
אין דער צייט וואס איהר מאן האט געלעבט האט זי געשאפן גאר אסאך געלטער פאר צדקה, זי האט דאן אויפגעשטעלט א הכנסות כלה פאנד, וואס האט פארטיילט א יאהר שווערע צענדליגער טויזענטער פאר הכנסות כלה, עס איז נישט דא קיין משפחה אין סאטמאר וואס האט נישט הנאה געהאט פון איהר הכנסות כלה פאנד, אויך נאך דעם וואס איהר מאן איז נפטר געווארן האט זי געטיילט פאר יעדן ארץ ישראל איד וואס איז געקומען פאר הכנסות כלה עטליכע הונדערט דאלער, און צומאל עטליכע טויזענט דאלער. איהר צדקה וחסד איז א וואונדער און א חידוש, אפילו אין די לעצטע יאהרן איהר פלעגט זי יעדען ערב שבועות ארום פאהרן און פארטיילן טויזענטער טויזענטער דאלארן פאר נויטבאדערטיגן.
זי האט אויך אנגעפירט די לעידיס אקזילערי פון סאטמאר און געהאלפן אריינברענגן צענליגער טויזענטער דאלארן פאר די מוסדות סאטמאר, אסאך בנינים פון סאטמאר האט זי אויפגעשטעלט, אין מאנרא איז דא א בנין וואס זי האט זעלבסט אויפגעשטלעט אהנע הילף פון קיינעם, היינט לערנט דארט די נוירסערי קינדער.
זי איז געווען א פראמינענטע און איינפלוסרייכע פרוי אין סאטמאר אמעריקע, בחייו פון רבינו יואל, ווי זי האט אנגעפירט מיט פילע טעטיקייטן, און געווען פארמישט און אלעם אין סאטמאר.
נאכן הסתלקות פון רבי'ן האט זי זיך אפגעטיילט פון דער נייער הנהגה פונעם ברך משה, און זיך געפירט א זעלבסטשטענדיגע ווירטשאפט, ווי עס זענען געווען שארפע שטרייטן צווישן איר אונעם ברך משה. איר שטיצער זענען געווען די בני יואל. זייט איהר מאן איז אוועק איז איר הויז געווען אפען פאר יעדן, מען האט דארט געקענט אייביג באקומאן קוטע קוכן און הייסע געטראנקען, איהר שונאים פלעגן זיך טשעפען און אנהרופן איהר הויז "די טשענסטעכאווע קיך" צוליב דעם וואס מען האט דארט אייביג געהאט צועסן אזוי ווי א קיך.
זי איז אוועק י"א סיון תשס"א, און ליגט לעבן איר מאן אין קרית יואל.